לעצטע אפדעיטס

הכל בכל

א' לך לך פ״ז

צום פינטל -

מסביר זיין פאר די קינדער מיט ארגינעלע געדאנקן

1:30

אברהם יעקב טערקלטויב - ווייסע הויז קארעספאנדענט

א' לך לך פ״ז

פרעזידענט טראמפ און די מידטוירם וואלן

46:05

א משהו מער - פינחס גלויבער

א' לך לך פ״ז

די וואלן אין מדינת ישראל: א סיסטעם וואו דער פארלירער קען למעשה זיין דער קומענדיגער פרעמיער מיניסטער

18:19

א שמועס מיטן מח - יוסי בראך

א' לך לך פ״ז

פרשת לך לך

28:15

נשמה ווינקל

א' לך לך פ״ז

זיין אנגעוואנדן אויף א צווייטן אויף א געזונטן באלאנצירטן אויפן - מיט ר' יעקב יוסף בוקסבוים

56:42

מיכל פישער - אנאליז

א' לך לך פ״ז

זונטאג לך לך

52:54

איראן נעמט אויף מערדארד אכלאקי אלץ נייע דיפענס מיניסטער, אויפ'ן פלאץ פון על ראזא, וועלכע האט סערווירט אלץ עקטינג מיניסטאר פאר חדשים

א' לך לך פ״ז

איראן האט אויפגענומען מערדארד אַכלאַקי אלץ נייע דיפענס מיניסטער, אויפ'ן פלאץ פון על ראזא, וועלכע האט סערווירט אלץ עקטינג מיניסטאר פאר לאנגע חדשים זייט די טויט פון דיפענס מיניסטער אַזיז נאַסירזאַדאַ ביים אנהייב פון די מלחמה מיט אמעריקא און מדינת ישראל. איראנער געזעצגעבער האבן אים באשטעטיגט מיט אן איבערוויגענדע מערהייט, נאכדעם וואס ער האט פרעזענטירט א פלאן צוריק צו בויען די מיליטער און אויסברייטערן די אנטוויקלונג פון דיפענס טעכנאלאגיע. דער 68-יעריגער אַכלאַקי, וועלכע איז שוין לאנגע יארן אקטיוו אין איראן'ס מיליטערישע אינדוסטרי, האט נאכ'ן ווערן אויפגענומען געווארענט אמעריקא און מדינת ישראל מיט א שארפע מיליטערישע רעאקציע אין פאל זיי נעמען פרישע מיליטערישע שריט. אכלאקאי זאגט, אז אויב פרעזידענט טראמפ נעמט אינטער פרישע אטאקעס אויף איראן, קען עס פירן צו גאר ערענסטע פארלוסטן צווישן אמעריקאנער קרעפטן אין די ראיאן.

0:52

א צאל מענטשען זענען אומגעקומען אדער פארוואונדעט געווארן פון אן ערענסטע פייער וואס האט אויסגעבראכן ביי א מיליטרישע באזע אין אלבערטא-קאנאדא

א' לך לך פ״ז

פלאמען פון די פייער זענען ארויס פון די באזע צו ארימיגע ערטער, און ווערן באקעפט דורך א גרעסערע צאל פייערלעשער. אויפ'ן מינוט איז נישט קלאר וויפיל מענטשען זענען זענען געשטארבן אדער פארוואונדעט געווארן, אבער ווי שפיטאל דאקטוירים געבן איבער, רעדט זיך עס פון א גרעסערע צאל.

0:25

די טריי סטעיט ראיאן איז היינט צופרי געווען איינגעהילט אין איינס פון די קעלטסטע טעמפערטשערס דעם סעזאן

א' לך לך פ״ז

אין עטליכע סובארבס זענען די טעמפערטשערס געפאלן ביז אראפ אינטער די פרירונג פונקט. צווישן די קעלטסטע ערטער איז געווען מאנטיסעלא, וואו עס איז געפאלן ביז אראפ צו 29 דעגריס, אין צייט וואס אין סענטרעל פארק איז די טעמפערטשער געווען 42 דעגריס. שפעטער אין טאג איז די טעמפערטשער ערווארטעט ארויף צו גיין, אויף א פארנעם איז אין ניו יארק סיטי ועוט עס גרייכן ביז נאנט צו 58 דעגריס, בעסער ווי צופרי, אבער נאך אלץ נידריגער ווי די סעזאן דורכשניט פון 64 דעגריס.

0:36

אוקראינא האט דורכגעפירט א גרעסערע אטאקע כוואליע פון טויזענט דראונס אויף די גרויסע שטאט פעטערבורג און אנדערע שטעט לענגאויס רוסלאנד

א' לך לך פ״ז

איין מענטש איז אומגעקומען און 15 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן פון די אטאקע כוואליע, וואס האט געצילט אויף אויל איינריכטונגן, לאגיסטישע ערטער און דאטא צענטערן. אין פעטערבורג האבן פאסירט פייערן ביי אן אויל טערמינאל און אינדוסטריעל ווערהאוזעס, און אין די לענינגראד ראיאן איז א דאטא צענטער פון די 'ווי-קעי' אינטערנעט קאמפאני געקומען אינטער אטאקע.

0:30