סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין און ארי אבראמאוויטש

ה' סוכות פ״ז

פרייליכע חול המועד שמועס צווישן ר' שמעון יואל קליין און ר' ארי' אבראמאוויטש -חלק ג'

1:08:00

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין און ארי אבראמאוויטש

ג' סוכות פ״ז

פרייליכע חול המועד שמועס צווישן ר' שמעון יואל קליין און ר' ארי' אבראמאוויטש -חלק ב'

46:12

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין און ארי אבראמאוויטש

א' סוכות פ״ז

פרייליכע חול המועד שמועס צווישן ר' שמעון יואל קליין און ר' ארי' אבראמאוויטש -חלק א'

1:16:18

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ב' האזינו פ״ז

איסלאמיסטישע טעראר (חלק א')

אפצייכענענדיג 9/11, לאמיר אביסל גרינטליכער אריינגיין אינעם נושא פון טעראר: דער חילוק צווישן איסלאם, איסלאמיזם, דזשיהאד און טעראר - דער אטאנאמישער כאליפאט - אייראפע פלאנצט טעראר-קערנדלעך - סייעד קאטאב'ס בוך אויפ'ן וועג צום תליה - דריי געשעענישן אין 1979 וואס האבן געצייגט אז טעראר קען זיגן - אמעריקע'ס קאמף קעגן די סאוויעטן וואס האט געגרינדעט "על קאידא" און איר מעגליך פינאנצירט - דער באשלוס פון בין-לאדין און זאוואהירי וועמען צו צילן.

33:46

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ה' פ״ו

א לאנד פאראליזירט!

סייבער אטאקעס חלק ב' - די סאמע ערשטע סייבער-אטאקע אין סיביר - די מאריס ווערים - עסטאניע ווערט פאראליזירט - "סטאקסנעט", די מערסט-קאמפליצירטע סייבער-אטאקע אין היסטאריע - אוקראינע עלעקטעריק-קראך - א העקעריי וואס מאכט שאדן איבער 10 ביליאן דאלער - דער גרעסטער סייבער-העקער אין היסטאריע - קאנטער-סייבער אפטיילונגען - און פיל מער

32:18

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

א' כי תבא פ״ו

סייבער אטאקע!

די נייעס אז איראן האט באוויזן פאר פיר טעג אויסצושאלטערן אן עלעקטעריק סטאנציע אין ענגלאנד, האט געברענגט גרויס זארג. וואס איז דאס א סייבער אטאקע? וויאזוי קען מען זיך אריינכאפן צו אנדערע קאמפיוטערס און איבערנעמען פיזישע מאשינען? וועלכע מהלכים איז אלץ דא צו דורכפירן א העקעריי?

27:14

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

א' כי תצא פ״ו

די נייע מעקא אפמאך

סאודי-אראביע, טערקיי און פאקיסטאן, גרינדן א ספעציעלער אליאנץ, וואס זשורנאליסטן רופן 'דער סונישער נאטא' - פרובירנדיג צו ברענגען א שטארקער מיליטערישער אויבערהאנט-קראפט ביים מיטל-מזרח. איז עס בכלל א זארג פאר איראן אדער מדינת ישראל? אדער איז עס אזויפיל ווערד ווי אלע פריערדיגע 'מעקא אפמאכן' אין היסטאריע?

40:40

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

א' שופטים פ״ו

אמעריקאנער מיסל-מאנגל

די פענטאגאן זוכט וואפנס-פאבריקן צו פארגרעסערן די פראדוקציע פון די וויכטיגע טאאד, פאטריאט, און טאמאהאק מיסילס, צוליב א קריטישן מאנגל אין די אמעריקאנער ארסענאלן. וואס זענען די סיסטעמען? פארוואס זענען זיי אזוי וויכטיג? און פארוואס איז דא אצינד א מאנגל דערין?

25:38

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ד' ראה פ״ו

אימיגראציע קריזיס אין שפאניע

וויאזוי צוויי קליינע שטעטעלעך אין אפריקע, ברענגען א שרעקליכע געפאר אויפ'ן גאנצן אייראפעאישן קאנטינענט, ווען צענדליגער טויזענטער אימיגראנטן האבן עס אקופירט און אינוואדירט, צוליב די ליבעראלע געזעצן פונעם שפאנישן פרעזידענט

29:16

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ב' דברים פ״ו

פוטינ'ס מארד-מאשין

א שמועס נישט פאר שוואכע הערצער: דאס טויט פון סענאטאר גרעהעם האט באלד אנגעצינדן א פייער פון קאנספעראציעס אז רוסלאנד האט אים אומגעברענגט - לאמיר זיך באקענען מיט פוטינ'ס געהיימע מארד מאשין - פארוואס פארגיפטן? - א טויטליכע שירעם אויף דזשארדזשי מארקאוו - די פרשה פון אלעקסאנדער ליטבענינקאו - די שרעקליכע פולאניום 210 - די נאווייטישיק סם וואס איז אנטוויקלט געווארן נאכ'ן סקאנדאל - סערגעי סקריפאל'ס דורכגעפאלענער מארד-פראוו - די פארסאמונג פון נאוואלני - פליען פון פענסטערס - די שרעקעדיגע האוואנא סינדראם - פארוואס שטעלט מען דאס נישט אפ אויף א דיפלאמאטישע פארנעם?

46:33