אידישע נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.

אידישע נייעס

ד' דברים פ״ו

אידישע נייעס און קרישקעלעך - יושע ווייס

17:52

אידישע נייעס: א נייע בילבאורד קאמפיין איז געלאזט געווארן אין גאנג דורך חב"ד מיט'ן נאמען 'געבוירן צו זיין א איד', געצילט צו קאנפראנטירן די פארמערטע פיינטשאפט אקעגן אידן

ד' דברים פ״ו

א זאמלונג פון בריוון און דאקומענטן פון א פוילישע דאקטער וועלכע איז געהאלטן געווארן אין אושוויץ, איז געשאנקן געווארן פאר די אושוויץ-בירקענאו מוזעאום, געבענדיג פאר היסטאריקער א זעלטענע אריינבליק אין פערזענליכע פארבינדונגן וואס ארעסטאנטן האבן געהאט מיט די דרויסענדיגע וואלט • ניו יארק סטעיט גייט איינשטעלן א פארבאט אקעגן אריין ברענגן 'סמארט גלעזער'ק און אנדערע סארט אויג רעקארדירונג אפאראטן אין געריכטן איבער די סטעיט • א פארברעכער וועלכע איז געזיכט געווארן פאר ערענסטע פארברעכענס אין פענסלוועניע, איז ארעסטירט געווארן נעבן די וואלמארט געשעפט נאנט צו קרית יואל

2:06

אידישע נייעס

ג' דברים פ״ו

אידישע נייעס און קרישקעלעך - יושע ווייס

7:54

אידישע נייעס: פרעזידענט טראמפ האט אויפגענומען 5 קריגס איבערלעבער פאר א באגעגעניש אין די ווייסע הויז אוועל אפיס, רעדענדיג מיט זיי איבער די מלחמה יארן און זייערע יארן נאך די מלחמה

ג' דברים פ״ו

די באקאנטע כולל סופערמארקעט אין בארא פארק האט זיך פאראויסגערוקט מיט א פראיעקט פאר א גרעסערע אויסברייטערונג, אנפאנגעדיג די ארבייט איינצואווארפן א דערנעבענדיגע סטראקטשער וואס גייט ווערן אריין גענומען אינטער אירע פליגלן • די ווילידזש אוו סאוט בלומינגראוו אין די קרית יואל אומגעגענט האט אפגעהאלטן א הירינג צו דיסקוסירן פלענער פאר נייע רעגולאציעס אויף אי-בייקס און אי-סקוטערס, וועלכע שטעלן א געפאר פאר פיסגייער און אנדערע • ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענערעל פרוי דזשעימס האט באזיכט מאנסי און שיכון סקווירא, וואו זי האט זיך געטראפן מיט עסקנים און מוסדות פארשטייער • די ווילידזש אוו עירמאנט נעבן מאנסי איז אריבער א טויש, ווען העסקן ר' אייזיק ווייס האט פארלאזט זיין פאזיציע אלץ ווילידזש באורד טראסטי, און אויף זיין פלאץ איז אריין געקומען העסקן ר' יודא לייב זארגער • מאנטיפיוארי נייעק שפיטאל האט געעפענט א נייע יוראַלידשי צענטער ביי די נייעק שפיטאל אין די מאנסי געגענט

2:24

אידישע נייעס

ב' דברים פ״ו

אידישע נייעס און קרישקעלעך - יושע ווייס

15:03

אידישע נייעס: ראקלענד קאונטי הצלה האט אנטייל גענומען אין א גערעסערע דריל פאר וואלאנטירן זיך צו לערנען וויאזוי צו רעאגירן אין פאל פון א גרעסערע אמערדזשענסי

ב' דברים פ״ו

לעיקוואוד באאמטע האבן געמאלדן, אז קומענדיגע אוגיסט 18 למס', גייט די 'יו-עס קאסטאמס ענד בארדער פראטעקשאן' אהער שטעלן אינטערוויוס אין לעיקוואוד פאר די פאפולערע 'גלאבעל ענטרי פראגראם' • ניו דזשורסי'ס היימלאנד זיכערהייט אפיס האט היינט געעפענט די אפליקאציע פראצעדור פאר די 'ניו דזשורסי נאן-פראפיט סעקיוריטי גרענט פראגראם', וואס שטעלט צו סטעיט סעקיוריטי גרענטס פאר גרופעס זיי צו באשיצן פון טעראר געפארן • ניו יארק סטעיט סענעטאר ביל וועבער האט זיך נאכאמאל פאראייניגט מיט די 'ניו יארק בלוט צענטער' אהער צו שטעלן די אזוי גערופענע 'פייוו טאונס אוו ראלקענד בלוט דרייוו טשעלענדזש'

2:09

אידישע נייעס

א' דברים פ״ו

אידישע נייעס און קרישקעלעך - יושע ווייס

16:53

אידישע נייעס: די פאליציי אין ווילנא האט געעפענט אן אויספארשונג איף אן אינצידענט מיט א באקאנטע שרייבער, וועלכע האט אטאקירט חרדישע אידן פון ארץ ישראל וועלכע האבן זיך דארט געפונען

א' דברים פ״ו

די וועלט-באקאנטע פאפא צעהלים מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג, וועלכע איז פון די עלצטע מצה בעקערייען אין אמעריקא, גרייט זיך אריבער צו גיין צו א נייע געביידע, נאך לאנגע יארן וואס די בעקעריי איז געווען הויפטקווארטירט אויף די בראודוועי גאס אין וויליאמסבורג • וועטער באאמטע אין ארץ ישראל זאגן פאר הייסע טעמפערטשערס פאר די קומענדיגע פאר טעג • א אידישער דאקטער, וועלכע פלעגט ארבייטן ביי א העלטה קעיר סענטער נעבן שטאקהאלם, האט פארעפענטליכט דעטאלן וויאזוי ער איז פארשיקט געווארן פון אמט נאכ'ן אויסשטיין אנטיסעמיטיזעם

2:05

אידישע נייעס: א פרישע אנקעטע דורכגעפירט אויף אידן אין אמעריקא ווייזט, אז פילע ערוואקסענע אידן שפירן זיך ווייניגער פארזיכערט ווי אין די יארן בעפאר די שמיני עצרת אטאקע

מוצ״ש מטו"מ פ״ו

4 פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן דורך די מדינת ישראל פאליציי, אויף קלאגעס אז זיי האבן זיך געגרייט פאר א צאל טעראר אטאקעס, אריין גערעכענט א מאסן שיסעריי אטאקע ביי די צענטראלע באס סטאנציע אין באר שבע • פוילישע אידן צוזאמען מיט פאליטישע פירער און לאקאלא איינוואוינער האבן אנטייל גענומען אין אן אנדענק צערעמאניע פאר הונדערטער אידן וועלכע זענען ערמארדעט געווארן דורך לאקאלא פאלאקן נאך די צווייטע וועלט קריג • אויטאריטעטן אין האלאנד האבן געעפענט אן אויספארשונג אויף אן אינצידענט מיט א גרופע נאכפאלגער פון א מאראקאנאר שפיל גרופע, וועלכע האבן געשריגן אנטיסעמיטישע און אנדערע ווילדע אויסדרוקן נאך א שפיל פארמעסט וואס זיי האבן פארלוירן

2:01

אידישע נייעס

ו' מטו"מ פ״ו

אידישע נייעס און קרישקעלעך - יושע ווייס

8:35