נגינה אינטערוויוס

נייע נגינה פראגראם "לידעלעך מיט וועלוועלעך" – מיט ר' וועלוול שמעלצער און ר' וועלוול פעלדמאן

מוצ״ש נח פ״ז

א פרישע רייכע מוזיקאלישע פראגראם "לידעלעך מיט וועלוועלעך", וואו די צוויי באקאנטע מבינים אין עולם הנגינה, ר' וועלוול שמעלצער און ר' וועלוול פעלדמאן שפילן אויף פארן ציבור סיי אמאליגע נאסטאלגישע אוצרות און סיי היינטיגע ניגונים און שמועסן אויס די מקורות און אלעס ארום, אנגעהויבן פון הייליגע חסידישע דביקות ניגונים ביז לידער וואס זענען נתחבר געווארן אויף היסטארישע געשעענישן. הערט א זאפטיגן שמועס פול מיט אנעקדאטן, זעלטענע מקורות און קרישקעלעך

1:51:07

דער גאסט: בעל מנגן ר' יואל דאווידאוויטש – א בליק אויף זיין מוזיקאלישע קאריערע

א' נח פ״ז

א שמועס מיט'ן באקאנטן בעל מנגן ר' יואל דאווידאוויטש, איבער זיין קאריערע אין די עולם הנגינה פון משמח זיין אידישע קינדער ביי שמחות. ר' יואל צעלייגט וויאזוי ער האט אנגעהויבן, די סודות וויאזוי ער הייבט אויף דעם עולם און די אינטערעסאנטע עפיזאדן וואס ער האט שוין אלס מיטגעמאכט אויף די חתונה-סטעידזשעס אין לויף פון די יארן

1:00:39

אינטערוויו און אפהאנדלונג איבער די 10 פאפולערסטע ניגונים פון שנת תשפ"ו

ב' סוכות פ״ז

10 פאפולערסטע ניגונים מיט די בעל מנגנים ר' יושע בערקא און ר' שמעי' פישער, אויך שמועסן מיט די ארויסגעבער פון די ניגונים

3:35:58

דער אקטיאר ר' לייבי ווידער – איבער די שפיל "אונטערן פארדאכט"

ה' האזינו פ״ז

א שמועס מיטן באקאנטן אקטיאר ר' לייבי ווידער, איבער די נייע שפיל "אונטערן פארדאכט" וואס ווערט פארגעשטעלט דורך די "אונטערן חבריא" דעם קומענדיגן חול המועד סוכות. ר' לייבי גיבט א בליק הינטער די קוליסן איבער די צוגרייטונגען, די פארשידענע כאראקטערס, און וויאזוי די שפילער גרייטן זיך צו פארכאפן די צוקוקער מיט א רייכן, דראמאטישע און אינטערעסאנטן שפיל

1:11:39

דער נגינה גאסט: הרב משה יחזקי' ווייס איבער'ן אלבום "מלכות שבמלכות"

ג' פ״ו

אַ שמועס מיט'ן קאמפאזיטאר הרב משה יחזקי' ווייס לרגל די ערשיינונג פון זיין פרישן הערליכן אלבום "מלכות שבמלכות". הערט אן אינטערעסאנטן שמועס איבער די נשמה'דיגע ניגונים און ווארימע הארציגע תנועות וואס זענען אריינגעפלאכטן געווארן אינעם אלבום, די כוונות און מחשבות הינטער דעם פראיעקט, און וויאזוי די הערליכע מוזיק איז אהערגעשטעלט געווארן מיט אזא געשמאק און היימישן חן צו דערווארעמען די אידישע הערצער

1:27:07

דער נגינה גאסט: בדחן ר' יואל ברוין

ג' כי תצא פ״ו

א שמועס מיטן ראש המדריכים פון מחנה ערוגת הבושם צעהלים איבער די זומערדיגע סינגעלס ארויסגעגעבן דורך די קעמפס פאר שבתים און פאר די וואך

36:08

דער נגינה גאסט: בעל מנגן ר' דוד פעדער איבער די נייע "שכינה" אלבום

א' כי תצא פ״ו

א שמועס מיט'ן באקאנטן בעל מנגן ר' דוד לרגל די ערשיינונג פון זיין נייעם און הערליכן אלבום "שכינה", וואס פארמאגט א רייכן אויסוואל פון ווארימע, הארציגע און ענערגישע ניגונים וואס דערווארעמען די אידישע הערצער. ר' דוד צעלייגט דעם גאנצן פראצעס פון די ניגונים, וויאזוי די מוזיק איז אהערגעשטעלט געווארן ביזן לעצטן דעטאל

1:44:31

נאסטאלגיע איבערבליק: בעל מנגן ר' אברהם פריעד איבער "יאנקל יאנקל"

א' שופטים פ״ו

דער בעל מנגן ר' אברהם פריעד, נעמט אונז צוריק צו די ערשטע יארן פון זיין מוזיקאלישער רייזע, מיט א נאסטאלגישן איבערבליק אויף זיין בארימטן אלבום "יאַנקל יאַנקל" און צעלייגט דעם סוד פון די נשמה תנועות פונעם עבר

2:26:28

דער נגינה גאסט: ר' יואל בנימין ווייס איבער די "כלל ישראל" אלבום

ג' ראה פ״ו

א שמועס אראנדזשירער ר' יואל בנימין ווייס, צו די ערשיינונג פון זיין פרישן אלבום "כלל ישראל", וואס באשטייט פון א סעריע הערליכע, הארציגע ניגונים קאָמפּאָזירט דורך באהאלטענע געלונגענע קאָמפּאָזיטאָרן אין די היימישע נגינה וועלט

1:40:47

דער נגינה גאסט: בדחן און קאפאזיטאר ר' מאטי אילאוויטש אין א נאסטאלגיע שמועס איבער "מחשבות"

מוצ״ש ואתחנן פ״ו

א נאסטאלגישער איבערבליק אויף דעם אלבום "מחשבות", וואס איז געווען דער ערשטער אינעם רייכן רעקארד פון דעם בארימטן קאמפאזער און בדחן ר' מאטי אילאוויטש. דער שמועס פירט די צוהערער צוריק צו די יארן ווען דער אלבום איז ארויסגעקומען און האט אויפגעשאקלט די נגינה וועלט מיט זיין אייגנארטיגן סטיל, טיפע תוכן'דיגע לידער, און די אמת'דיגע דיבורים צו די אידישע הערצער. הערט וויאזוי "מחשבות" האט אנגעהויבן א נייע תקופה אין די היימישע מוזיק גאס

2:07:26