בולעטין

וואס איז נייעס? ברעכנדע נייעס געלופטערט פרישערהייט; ווי נאר עס שפילט זיך אפ אויף די לאקאלע מאפע און נאציאנאלן פראנט.

אמעריקע ליידט געפארפולע מאנגל אין מאכטפולע בונקער באסטער באמבעס נאך באמבארדירונגען קעגן איראן

ו' נח פ״ז

אַמעריקע שטייט אויס אַן ערנסטע געפאַרפולע מאַנגל פון די מערסט מאַכטפולע בונקער באסטער באָמבעס, נאָך די באָמבאַרדירונגען אויף איראַן'ס נוקלעאַרע איינריכטונגען. לויט א פרישע אַנאַליז פון אַמעריקאַנער מיליטערישע עקספּערטן, איז געבליבן א קליינע צאָל פון די סאָרט באָמבעס אין די אַרסענאַל, און אַמעריקע האָט גענוצט פערצן שטיק דערפון ביי באָמבאַרדירן נאַטאַנז און פארדאו אין איראַן. דאָס קומט אין א צייט וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט אָנגעהויבן רעדן אין פּובליק וועגן נאָכאַמאָל נוצן די סאָרט באָמבעס קעגן די איראַנער אונטערערדישע איינריכטונגען ביים פּיק-עקס באַרג.

0:30

ניו יארק סיטי זעט שטארקע שפרונג אין היים ליסטינגס אין סעפטעמבער, און פרייזן זענען אויך געפאלן אין אלגעמיין

ו' נח פ״ז

ניו יאָרק סיטי האָט געזען איר גרעסטע וואוקס אין האַוזינג ליסטינגס אין פיר יאָר, ווען 4,951 פּראַפּערטיס זענען אַריינגעקומען אין די מאַרקעט אין סעפּטעמבער. די דורכשניטליכע פּרייז פאַר די ניו יאָרק סיטי פּראַפּערטיס אויפן מאַרקעט איז געפאַלן מיט 5.2 פּראָצענט צו 995,000 דאָלער, און הייזער זענען געשטאַנען א דורכשניט פון 88 טעג אויפן מאַרקעט ביז'ן פאַרקויפט ווערן. אין וויליאַמסבורג זענען געווען 109 פרישע ליסטינגס אין סעפּטעמבער, וואָס איז 26 פּראָצענט העכער ווי פאַראַיאָר סעפּטעמבער, און די דורכשניטליכע פּרייז איז געווען 1.45 מיליאָן דאָלער.

0:33

עמעזאן ווארנט אפצושפארן פופצן דעליווערי ווערהאוזעס אין ניו יארק סיטי צוליב מאמדאני געזעץ פארשלאג

ו' נח פ״ז

די וואָרענונג איז געקומען אין רעאַקציע צו א געזעץ פאָרשלאַג וואָס מעיאָר מאמדאני האָט פאָרגעשלאָגן, וואָס וועט פאָדערן פון עמעזאָן אויפצונעמען אירע דעליווערי לייט אַלס פולע אַרבעטער, און נישט אַלס אינדיפּענדענט קאָנטראַקטערס. עמעזאָן זאָגט אַז דאָס וועט מאַכן זייער שווער פאַר זיי אָנצוגיין מיט די יעצטיגע דעליווערי סיסטעם און אויב דער ביל גייט אַריבער, וועלן זיי זיך אַרויסציען פון ניו יאָרק סיטי.

0:31

עף-בי-איי ברענגט צוריק געזוכטן פוד סטעמפס פארברעכער פון אינדיע קיין אמעריקע פאר פעדעראלע פראצעס

ו' נח פ״ז

די עף-בי-איי האָט צוריקגעקערט דעם געזוכטן פאַרברעכער מאנדזשיט סינג בעדי קיין אַמעריקע, נאָך וואָס ער איז אַרעסטירט געוואָרן אין אינדיע פאַרלאָפענעם חודש. בעדי ווערט באַשולדיגט דורך פעדעראַלע פּראַסעקיוטערס אין אָנפירן א וואַשינגטאָן סטעיט געשעפט, וואו ער האָט אויסגעטוישט קאָסטומערס פוד סטעמפּס בענעפיטן פאַר קעש און האָט געטשאַרדזשט פון די קאָסטומערס האַלב פון די געלט דערפאַר. בעדי האָט זיך געהאַט געפונען אין אַמעריקע און איז אַנטלאָפן דורך קאַנאַדע קיין אינדיע נאָכ'ן ווערן אָנגעקלאָגט, אָבער ער איז אַרעסטירט געוואָרן אין אינדיע און יעצט איז ער צוריק אין אַמעריקע.

0:29

איבערבלייבענישן פון צווייטן אומגעקומענעם פון סעפטעמבער עלעווען אטאקעס אידענטיפיצירט מיט נייע טעכנאלאגיע

ו' נח פ״ז

ניו יארק סיטי אויספארשער האבן אידענטיפיצירט די איבערבלייבענישן פון נאך א קרבן פון די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס דורכ'ן נוצן א נייע פארגעשריטענע פארענזיק דזשענעטיק דזשיניאלידזשי. די פרוי'ס אידענטיטעט איז פארבליבן דערווייל א געהיים צוליב וואס די פאמיליע האט געבעטן, אבער באאמטע זאגן אז עס איז שוין די צווייטע אומגעקומענע פון די אטאקעס וואס מען האט באוויזן צו אידענטיפיצירן אדאנק די טעכנאלאגיע. דערווייל זענען נאך דא מער ווי טויזנט פון די מער ווי צוויי אהאלב טויזנט קרבנות פון די אטאעס וואס מען האט נאכנישט פולקאם אידענטיפיצירט.

0:34

אוקריינישע קאמאנדירן זאגן אז "סטארלינק" האט געהאלפן צוריקכאפן 106 סקווער מייל פון רוסישע טעריטאריע

ו' נח פ״ז

אוקראַינישע קרעפטן זאָגן אַז זיי האָבן צוריקגעכאַפּט בערך 106 סקווער מייל פון רוסיש-קאָנטראָלירטע טעריטאָריע אין מזרח אוקראַינע אין א ספּעציעלע דריי חדשים'דיגע אַפּעראַציע. אונטער די "אַפּעראַציע וויוואלדי" האָבן אוקראַינישע קאָמאַנדירן און זעלנער באַפרייט זעכצן געגנטער, און האָבן געברענגט אַכט טויזנט רוסישע מיליטערישע פאַטאַליטעטן, און באַזונדער געצווינגען 250 רוסישע זעלנער זיך אונטערצוגעבן. די קאָמאַנדירן זאָגן אַז די אַפּעראַציע אין די לעצטע דריי חדשים האָט זיך שטאַרק פאַרלאָזט אויף די "סטארלינק" סאַטעלייטס וואָס האָבן געהאָלפן מיט דירעקטירן דראָון אַטאַקעס.

0:34

מדינת ישראל פאליציי דורכגעפירט זוך אפעראציע אין מירון און צפת פאר עטליכע לאנג-פארשוואונדענע אידן

ו' נח פ״ז

מדינת ישראל פּאָליציי און א ספּעציעלע הונט זוך יוניט האָט אונטערגענומען א נייע זוך אַפּעראַציע די וואָך אין די צפת און מירון געגנט, איבער די קעיסעס פון עטליכע לאַנג-פאַרשוואונדענע אידן. די אַפּעראַציע האָט זיך בעיקר קאָנצענטרירט אויף רפאל חיים חאדאד, וועלכער איז פאַרשוואונדן געוואָרן מיט 4 יאָר צוריק, און אויף דוד פּדידא וועלכער איז שוין פאַרלוירן צוויי יאָר. די פּאָליציי אָפיצירן האָבן געזאָגט אַז זיי האָבן געזוכט אינעם זעלבן געגנט וואו מען האָט געהאַט פאַרדעכטיגט אַז דריי אַנדערע אידן זענען פאַרלוירן געגאַנגען, אַריינגערעכנט דער זעכצן יעריגער בחור משה קליינערמאן.

0:32

איינוואוינער אין תל אביב באריכטן מיליטערישע אקטיוויטעטן מיט פרישע באמבע שעלטערס און מיסיל דעפענס

ו' נח פ״ז

לענגאויס תל אביב האָט מען אָנגעהויבן זען מדינת ישראל רעגירונג אַרבעטער אַוועקשטעלן מאָביל באָמבע שעלטערס, און אויך זענען א צאָל לופט פאַרטיידיקונגס טראָקס געוואָרן פריש פּלאַצירט. די באַריכטן איבער די מיליטערישע באַוועגונגען האָבן געברענגט זאָרגן וועגן מעגליכע צוגרייטונגען פאַר א באַנייאונג פון די מלחמה צווישן מדינת ישראל און איראַן, אָבער די באַאַמטע האָבן דערווייל גאָרנישט קאָמענטירט. איינוואוינער זאָגן אַז ענליכע שריט האָט מען געזען אין תל אביב בעפאָר פעברואַר 28, ווען אַמעריקע און מדינת ישראל האָבן אָנגעהויבן די מלחמה קעגן די איראַנער רעזשים.

0:33

טראמפ רייסט אראפ זעלענסקי און זאגט אז דער אוקריינישער פרעזעידענט איז נישט א גוטער מענטש צו דיעלן

ו' נח פ״ז

פּרעזידענט טראָמפּ האָט ווייטער שאַרף אַראָפּגעריסן דעם אוקראַינישן פּרעזידענט זעלענסקי, זאָגנדיג אַז זעלענסקי איז נישט א גוטער מענטש פאַר אַמעריקע צו דיעלן מיט. טראָמפּ זאָגט אַז זעלענסקי איז א שווערער מענטש, און עס איז אַסאַך גרינגער צו דיעלן מיטן רוסישן פּרעזידענט פּוטין. טראָמפּ האָט צוגעלייגט אַז זעלענסקי שטערט סיי וועלכע פּרואוון צו מאַכן שלום צווישן רוסלאַנד און אוקראַינע, און אונטער די יעצטיגע אוקראַינישע רעגירונג קען מען נישט גרייכן א דיעל.

0:25

קויפערס האבן יעצט א גאר שטארקע אויבערהאנט העכער די פארקויפערס אין אמעריקע'ס האוזינג מארקעט

ו' נח פ״ז

אַמעריקע'ס האַוזינג מאַרקעט האָט זיך שאַרף גערוקט צו די זייט פון קויפערס, וועלכע האָבן יעצט די אויבערהאַנט העכער די וואָס פאַרקויפן. נייע ציפערן פון "רעדפין" צייגט אַז אין סעפּטעמבער זענען געווען 62 פּראָצענט מער פארקויפערס ווי קויפערס, וואָס איז די גרעסטע דיפערענץ זייט 2013. אַלעס אינאיינעם זענען געווען 1.51 מיליאָן פארקויפערס אין סעפּטעמבער, און בלויז 928,000 קויפערס, וואָס איז א רעקאָרד נידריגקייט, און דאָס געבט די אויבערהאַנט פאַר קויפערס.

0:28