א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ג' בראשית פ״ז

טעראר אין דער לופטן: הערט די גאנצע דראמאטישע געשיכטע פונעם זעלבסטמארד-אטאקע-פרואוו אויפ'ן פליידובאי פליגער, פול מיט אידישע פאסאזשירן — וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם קאקפיט, די זיכערהייט-דורכפעלער וואס האבן דאס בכלל ערמעגליכט, און די אומגלויבליכע ניסים וואס האבן געראטעוועט הונדערטער לעבנס און פארמיטן א קאטאסטראפע

34:48

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ד' האזינו פ״ז

א שערורי'. דער אמעריקאנער קאנסול אין ירושלים רודפ'ט די ערליכע אידן אין ארץ ישראל. ער ארעסטירט א אידישן עסקן און פרובירט צו שמד'ן א אידיש מיידל, א יתומה. דער אור אייניקל פונעם הייליגן בעל התניא באזוכט ביי פרעזידענט גרענט, צו שתדל'ען אז מען זאל אים באזייטיגן

31:37

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ו' פ״ו

דער ערשטער אידישער פאליטישער סקאנדאל: בעצם שמחת תורה באזוכט א גרופע אידן ביי פרעזידענט לינקאלן אין ווייסן הויז, און זיי מאכן א "קוויד פּראָ קוואָ" אנבאט, אים איבערצוגעבן אלע אידישע שטימען פאר א סומע געלט. ווען די נייעס ווערט באקאנט שאפט עס א שערורי' אינערהאלב דער אידישער געמיינדע. — דער אור אייניקל פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע באזוכט אינעם ווייסן הויז מיט זיין פולשטענדיגן רבני'שן לבוש.

35:29

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א' פ״ו

א גזירת גירוש אויף אידן אין אמעריקע ווערט אפגעשריגן נאך סוקסעספולער באגעגעניש מיט פרעזידענט לינקאלן. צווייטער טייל פון היסטארישע באזוכן פון רבי'ס אין רבנים אין ווייסן הויז

34:02

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ד' נצו"י פ״ו

היסטארישע באזוכן פון רבי'ס אין רבנים אין ווייסן הויז, גייענדיג צוריק צו דזשארדזש וואשינגטאן

30:42

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ה' כי תבא פ״ו

פרעזידענט טראמפ איז געזעסן מיט זיינע גענעראלן און זיך געגרייט אויף א פרישער גאר דראמאטישער אפענסיווע קעגן איראן, אבער דאן האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון קרוין פרינץ בין סאלמאן פון סאודי אראביע און די גאנצע סיטואציע האט זיך געטוישט. ווייטערדיגע דראמאטישע אינפארמאציע מאחורי הפרגוד

34:58

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א' כי תבא פ״ו

איראן צאלט גאר א טייערן פרייז; איר עקאנאמיע איז טיף אין דער ערד, און אפילו איר פרעזידענט ווארנט אז דער מצב איז גאר ביטער, אבער די הארטנעקיגע רעוואלוציאנערע גווארדיסטן וואס פירן באמת דעם לאנד זענען אנטשלאסן צו מאכן אמעריקע און די וועלט ליידן כדי צו לערנען אלעמען אז מיט איראן הייבט מען זיך נישט אן. בשעת פרעזידענט טראמפ האט צעלעברירט דעם צייטווייליגן אפמאך מיט איראן האבן די איראנער פירערס שוין פלאנירט פרישע אטאקעס קעגן אמעריקע און אירע אליאירטע

26:10

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ב' ראה פ״ו

דער איראַן אָפּמאַך איז צוזאַמגעפאַלן, דער קריג האָט זיך ווידער אָנגעהויבן, און אַדמיראַל ברעד קופּער האָט צוגעגרייט אַ צוויי וואָכיגן אַטאַקע פּלאַן "איינמאל פאר אלעמאל" צו עלימינירן די איראנער געפאר. אן אויספירליכער באריכט וואָס איז פאָרגעקומען הינטער די קוליסן פון דעם צוזאַמגעפאַלענעם עם-או-יו און איראַנ'ס אַטאַקעס אויף שיפן, ביז אַדמיראַל קופּער'ס קריגס פּלאַן, טראָמפּ'ס צאָרן און די לעצט-מינוטיגע אָפּגערופענע אַטאַקעס דעם פארלאפענעם שבת

32:57

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ד' ואתחנן פ״ו

די מאסן האבן געדארפט רעוואלטירן; די קורדן האבן געדארפט אינוואדירן; און דער געוועזענער איראנער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינידזשאד האט געווארט מיט איזראעלישע אגענטן אין א געהיימען ארט אין טעהראן — גרייט איבערצונעמען די לייצעס ווי נאר דער רעזשים פאלט. אבער דער גאנצער פלאן איז צעפלאצט געווארן ווי א זייפן־בלאז. וואס האט דארט פאסירט?

28:49

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ה' דברים פ״ו

מדינת ישראל האט פלאנירט די מלחמה אין איראן שוין פאר יארן; דער מוסד האט געהאט א גאנצער מהלך: די מאסן וועלן ארויסגיין אין די גאסן פראטעסטירן, די קורדן וועלן מארשירן קיין טעהראן, און דער געוועזענער דם-שונא, מאכמוד אכמעדינידזשאד וועט איבערנעמען די מאכט. פארוואס איז אלעס געגאנגען מיט דער לינקער פוס?

34:03