עקספיריענס און סוקסעס אינטערוויוס

סוקסעס עפיזאדן! דיסקוסיעס מיט היימישע סוחרים וועלכע באזיצן ביזנעס עקספערטיז; צו נאשן טיפס און פאזיטיווע געדאנקען.

עקספיריענס און סוקסעס: ר' דניאל הארטמאן – סווימינג פולס אינמיטן ווינטער

ה' בראשית פ״ז

א שמועס מיט ר' דניאל וועלכער איז אויפגעקומען מיט א חידוש'דיגן פלאן וויאזוי צו געניסן פון א סווימינג פול אפילו אין די סאמע קעלטסטע ווינטער טעג. ר' דניאל פארציילט איבער זיין וועג פון זיין א געווענליכער סעילסמאן ביז'ן כאפן א גוטן פאטענציאל און מאכן דערפון א פולקאמע מציאות, די שווערע פראבלעמען און שטערונגען ביים אנהויב, און זיין אינטערעסאנטן בליק פארוואס ער וויל דוקא האלטן זיין פירמע קליין און אויסגערעכנט אנשטאט לויפן צו שנעל

1:17:29

עקספיריענס און סוקסעס: ר' יוסי עסטרייכער – פון א פיש סטאר ביז אן ארבעס-קאמפאני

ג' נצו"י פ״ו

א שמועס מיט ר' יוסי איבער זיין אינטערעסאנטע רייזע אין די ביזנעס וועלט: אנגעהויבן פון ארבעטן אין א פיש סטאר, דורך זיין א באס דרייווער, ביז'ן אויפבויען א מצליח'דיגע פירמע וואס פארקויפט ארבעס און נאך היימישע געשמאקע מאכלים. ר' יוסי צעלייגט דעם סוד וויאזוי צו האלטן דעם ריכטיגן באלאנס ביים עפענען א ביזנעס, וויאזוי נישט צו נעמען צופיל ריסק אבער נאך אלץ האבן די קוראזש אויסצופירן די פלענער און גיין פאראויס מיט הצלחה

58:49

עקספיריענס און סוקסעס: זושא פאגעל – דער 10 מיליאן פונט טונא סענדוויטש

ג' כי תבא פ״ו

אן אינטערעסאנטער שמועס מיט'ן ביזנעסמאן זושא פאגעל, וועלכער האט באוויזן צו שאפן א שטורעם אין די מידיע דורכ'ן פארקויפן א טונא סענדוויטש פאר די אומגלויבליכע סומע פון 10 מיליאן פונט. הערט וויאזוי ער האט געבויט זיין ברענד פון אונטן ארויף, וויאזוי מען נוצט אויס מארקעטינג און מידיע אויפצושאקלען דעם עולם, און דער גאנצער סוד פון מאכן א סוקסעס דורכ'ן פאקוסירן אויף איין איינציגן אייטעם

1:24:53

עקספיריענס און סוקסעס: ר' יואל לאווי - קאוואנא ביזנעס דעליווערבעלס

ג' כי תצא פ״ו

ער האט געעפנט זיין פירמע "קאוואנא ביזנעס דעליווערבעלס" נאכן ארבעטן 13 יאר אין א גרויסע פירמע וואו ער האט געהאלפן מאכן דיעלס מיט די גרעסטע טעכנאלאגיע קאָמפּאַניס אין אמעריקע. היינט שרייבט ער ביזנעס פלענער, אינוועסטמענט פראפאזעלס און שטעלט צוזאם נומערן פאר פירמעס וואס זיכן אינוועסטירער אדער זיך צו פאַרקויפן

51:21

עקספיריענס און סוקסעס: ר' מאטי אינדיג - זייגער סוחר

ד' שופטים פ״ו

דער זייגער-סוחר שמועסט אויס די הויך-קאליבער זייגער אינדוסטריע, ער צעלייגט וואס עס מאכט א זייגער פאר אזא טייערן חפץ, און גיבט אינטערעסאנטע יסודות פון די אינדוסטריע, מיט יוניק טיפס איבער וויאזוי צו באהאנדלען און אפהאלטן א טייערן זייגער אויפ'ן ריכטיגן אופן

1:09:51

עקספיריענס און סוקסעס: ר' ישראל ראטענבערג - עווערגרין לענדסקעיפינג

ד' עקב פ״ו

א שמועס איבער זיין אינטערעסאַנטע רייזע פון זיין פריערדיגע דזשאָב אין א מוסד ביז'ן אויפבויען א מצליח'דיגע ביזנעס מיט איבער 50 אַרבעטערס. ר' ישראל צעלייגט וויאַזוי ער האָט זיך אַריינגעוואָרפן אין די לענדסקעיפינג און שניי-שאַרן אינדוסטריע, די שוועריגקייטן פון פירן אַזאַ גרויסע צאָל אַרבעטער, און די וויכטיגע יסודות פון סוקסעס און עקספיריענס וואס האבן אים געברענגט צו זיין היינטיגן שטאנדפונקט

37:54

עקספיריענס און סוקסעס: ר' אלימלך שוואַרץ - דער סוד פון קליינע ביזנעסער מיט גרויסע הצלחות

ד' פנחס פ״ו

א שמועס מיט'ן בעל הבית פון "סופער דרייווענט קלינינג", ר' אלימלך שוואַרץ, איבער זיין פערזענליכע רייזע אינעם עולם המסחר. ר' אלימלך צעלייגט דעם אויסגערעכנטן מהלך וויאזוי ער האט שריט-נאך-שריט באוויזן אריינצוברעכן אין די ביזנעס וועלט פון אנפאנגען קליין, און ער טיילט מיט פראקטישע עצות און יסודות וויאזוי א איד קען אנהייבן אויף א קלענערן פארנעם אבער דאך זען שיינע רווחים און שטעלן א מצליח'דיגע פרנסה מיט ישוב הדעת

57:19

עקספיריענס און סוקסעס: ר' אלימלך מארקאוויטש פון סילווער ספּאָאָן

ג' חק"ב פ״ו

א שמועס איבער די פירמע "סילווער ספּאָאָן", וואָס שטעלט צו אַלע ערליי געברויכן און פּראָדוקטן פאַר גרעסערע עווענטס, דינערס און חתונות. ר' אלימלך צעלייגט די לאָגיסטישע טשעלענדזשעס וואָס קומען מיט'ן פירן אַזאַ פירמע – וואו מען דאַרף קענען קאָנטראָלירן יעדן קלייניגקייט, סיי ביי אן אווענט פאַר א מנין מענטשן און סיי ביי ריזיגע מעמדים פאַר טויזנטער באַטייליגטע אין די זעלבע צייט. הערט פראקטישע טיפס וויאזוי צו זיין אָרגאַניזירט

1:16:19

עקספיריענס און סוקסעס: ר' ישראל ווייס - טיעם דאבעליו

ד' קרח פ״ו

א שמועס מיט'ן ריעל עסטעיט אגענט ר' ישראל ווייס פון די "טיעם דאבעליו", וועלכער דערציילט איבער די אנהייב יארן, ווען ער איז נאכנאנד געזעסן חודש נאך חודש אן קיין שום "סעיל", און וויאזוי ער האט מיט אן אייזערנע עקשנות און אמונה נישט אויפגעגעבן. הערט א לעקציע אינעם לעבן וויאזוי מ'קומט אן גדורך בלייבן הונדערט פראצענט אנעסט און גראד מיט די קאסטומערס

54:34

עקספיריענס און סוקסעס: ר' יודא לייב קארלאנד - טרעוול די מעקס

ב' שלח פ״ו

ר' יודא לייב איז געווען א מוזיקאנט ביי שמחות, ביז ער איז אריין אין די טרעוול אינדוסריע, און באדינט היינט מענטשן מיט לוקזשערי טרעוול, פרייוועט דזשעטס און אלעס ארום. הערט איבער די פרייזן פון א פרייוועט זשעט און א אינפארמאטיווע שפאציר אין די רייכע טרעוועל אינדוסטריע

1:08:22