פאפולער
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
פאפולער
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש ויצא פ״ז
איז די סטאק ביליג אדער טייער? ווי אזוי קען מען וויסן
סטאק מארקעט חלק ו'
א ברייטע באריכט איבער אלע אנטוויקלונגען וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע טעג אין די עולם הנגינה
ו' ויצא פ״ז
"פארגעניגון מיט עתיקין" ערב שבת ויצא תשפ"ז. - "בני היכלא" א דביקות ניגון פון דברי ישראל פון מאדז'יץ. - "י-ה ריבון" א ניגון פון דברי ישראל, ווערט געזינגען דורך כ"ק האדמו"ר מפאפא שליט"א אויף הללו. - "ריקוד" פון דברי ישראל, אויף לא תבושי דורך הגה"צ ר' נתן גשטעטנער. - דער ריקוד געזינגען אויף "שירי ציון" מיוחס אין באבוב צו דעם קדושת ציון הי"ד. - "י-ה ריבון" בקולו בקודש פון דעם אמרי שאול פון מאדז'יץ, אויך געזינגען דורך הרה"ח ר' האשי פישער. "וואלץ ארשת" פון אמרי שאול בקולו בקודש דורך רבי יענקעלע פון פשעווארסק, אויך געזינגען דורך זיין אייניקעל הרה"צ ר' אלטער לייזער שיבדלח"ט. - "וואלץ" פון ר' יחזקאל קלאגסבאלד. און נאך פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות אין עולם הנגינה און סיפורי צדיקים. - זכר צדיקים וקדושים לברכה וזיעוכי"א.
ה' ויצא פ״ז
א שמועס איבער דעם חידוש'דיגן פראדוקט "תנור מצות" – חמץ'דיגע מצות וואס זענען אהערגעשטעלט מיט'ן זעלבן געשמאק, גערוך און טעם ווי די אמת'ע האנט-מצות אום פסח. הערט וויאזוי עס איז זיי איינגעפאלן דער אייגענארטיגער געדאנק, די אויספרואוון און ארבעט ביז מען האט דערגרייכט דעם ריכטיגן טעם, און דער וועג וויאזוי זיי האבן עס אויפגעבויט פאר א סוקסעספולע ביזנעס
וואס געשעט דורכאויס א "פיליבאסטער"? מיט וואס איז אמעריקע מיט דעם אנדערש ווי רוב לענדער? און וואס איז דער טייטש פון דעם ווארט בכלל?