תשעה באב לייוו פראגראם און ארכיוו תשפ"ו
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' ואתחנן פ״ו
אינטערוויוס מיט אידן וואס זענען אדורך די צער און מיטמאכעניש פון פארלירן זייער פרנסה, און זיך געדארפט ספראווען מיט די שווערע קאנסעקווענצן פון א פאראליזירטן פינאנציעלן מצב, פון דעם ערשטן קלאפ ווען דאס געשעפט אדער די דזשאב איז אוועקגעפאלן, ביז די טעגליכע שוועריגקייטן און מיטמאכענישן
ווי אזוי ער איז דערביי געווען אלס קינד ווען זיין טאטע איז געוואויר געווארן לאנגע 15 יאר נאכן קריג אז זיין טאטע הגאון רבי אשר שוועבל ז"ל פון נייטרא ישיבה האט יא איבערגעלעבן די קריג, - די רירענדע באגעגעניש אין מאונט קיסקאו ווען דער טאטע ווערט געוואויר אז ער איז נישט געבליבן קינדערלאז, נאכדעם וואס זיין זון האט שוין געזאגט קדיש, געבליבן ביי יזכור, און געהאלטן די יארצייט פון זיין לעבעדיגן טאטן
א ווייטאגליכער שמועס מיט צוויי חשוב'ע שכינים, ר' בנימין ווידערמאַן און ר' יודי הערצבערג, וועלכע זענען דורך א שווערע איבערלעבעניש, ווען א שכן האָט בטעות אראפגעקלאפט דעם צווייטן'ס קליין קינד וועלכע איד ל"ע אומגעקומען, און אַנשטאָט צו לאָזן דעם שווערן קלאַפּ און שולד-געפילן צערייסן די ידידות און אָנזייען יאוש, האָבן די צוויי אידן באַשלאָסן זיך צו פאראייניגן און אנפירן א מיסיע צו פאַרמערן שלום און אחדות צווישן אידישע קינדער לעילוי נשמת הילדה שיינדל בת חיים יהודה לייב ע"ה
אן אהבת חינם פאנעל דורך ר' דוד וועבער מיט דריי חשובע אידן וועלכע זענען העפטיג עוסק אין ברענגען שלום און אחדות צווישן אידישע קינדער, - ר' אברהם האלפערין וואס עפענט זיין הארץ און פארציילט איבער זיין אייגנארטיגן סדר יעדער נאכט איידער ער לייגט זיך, ר' אליעזר (אלי) פריעדמאן טיילט מיט די אינערליכע סודות וויאזוי ער באווייזט צו משכנע זיין צעקריגטע אידן צו מאכן שלום, און ר' פנחס שפיצער גיבט ארויס דעטאלן פון זיין בארימטן "5:45 פורים נאכמיטאג" איבערבעטן פראיעקט, וואס האט שוין אויסגעוואשן פילע אנגעווייטאגטע הערצער
ר' מאיר גייט צוריק צו די ביטערע טראַגעדיע וואָס האָט אים באַטראָפן אין זיין יוגנט, ווען זיין 36-יעריגער טאַטע איז ל"ע אומגעקומען אין א טראגישן קאר עקסידענט פארענט פון א באנגעלאו קאלאני נעבן קרית יואל, און צעלייגט די שווערע פיינפולע יאָרן פון זיך ספּראַווען מיט אַן עלענדע יתמות זייענדיג אַ 15 יעריגער בנן של קדושים
שמועסן מיט באַרימטע בעלי מספרים, וועלכע צעלייגן זייערע מערסט דראַמאַטישע, טרויעריגסטע און שרעקליכסטע מעשיות וואָס האט זיי פערזענליך בארירט פון מסירות נפש אין די שווערסטע מאָמענטן פון גלות, אָנגעפילט מיט אמונה און חיזוק
אינטערוויוס מיט אידן וועלכע האבן ליידער צוגעזען דאס ארגסטע ווען זיי האבן פארלוירן א נאנטן פאמיליע מיטגליד, און נאך איידער זיי האבן זיך בכלל געקענט בארואיגן פונעם ערשטן שרעקליכן קלאפ, האבן זיי זיך פלוצלינג געפונען אין א שווערן קאמף מיט אן אומבאקאנטע שרעק פאר זייער אייגענעם לעבן, זיך ספראווענדיג מיט ערנסטע געזונט קאמפליקאציעס
פרישע אויפדעקונגען פון היסטאָרישע דאָקומענטן איבער די שרעקליכע שחיטות און גזירות וואָס די ספרדישע אידנטום זענען דורכגעגאַנגען, די יסורים פון די אידן וואס האָבן זיך מוסר נפש געווען על קידוש השם, מיט אן אריינבליק אין די פינצטערע אקציעס פון די אינקוויזיציע, און די אומגלויבליכע פייניגונגען אויף די קדושים
הרב חנא פריעדמאן טיילט מיט שרעקליכע עפיזאדן און אומגלויבליכע סיפורים וואס ער האט געהערט פערזענליך פון די מיטגעמאכטע, איבער די פייניגונגען וואס אידן זענען דורכגעגאנגען אין די נאצישע לאגערן, די מסירות נפש און אמונה וואס האט זיי געהאלטן ביים לעבן אין די טונקעלסטע זמנים, און די געוואלדיגע השגחה פרטית וויאזוי פילע אידן זענען אויף א פלא'דיגן אופן ניצל געווארן פון דעם ביטערן גהינום
הרב חנא פריעדמאן טיילט מיט שרעקליכע עפיזאדן און אומגלויבליכע סיפורים וואס ער האט געהערט פערזענליך פון די מיטגעמאכטע, איבער די פייניגונגען וואס אידן זענען דורכגעגאנגען אין די נאצישע לאגערן, די מסירות נפש און אמונה וואס האט זיי געהאלטן ביים לעבן אין די טונקעלסטע זמנים, און די געוואלדיגע השגחה פרטית וויאזוי פילע אידן זענען אויף א פלא'דיגן אופן ניצל געווארן פון דעם ביטערן גהינום