מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן

מענטל עווערנעס

ג' נצו"י פ״ו

צו די גרויסע טעג וואס קומען יעצט צו גיין, הערט א רייכער שמועס מיט דר. עקיבא #102 איבער ארבעטן צו זיין "זיך", נישט "יענער" - יעצט אין די געהויבענע תקופה פון חודש אלול און די הייליגע טעג, הערט פונעם דאקטאר איבער ווי אזוי אנצונעמען דעם זמן, מיט א קלארקייט וויסן און פארשטיין וואס מיינט עס, און וואס איז דיין שייכות? - יעדעס יאר באקומען מיר די געלעגנהייט פון פריש, וואס קענען מיר יעצט טאן און ווי אזוי זאלן מיר עס אנקוקן?

27:45

מענטל עווערנעס

ו' כי תבא פ״ו

דר. עקיבא אינעם 101'סטער סעגמענט מיט טיפס און געדאנקען איבער ווי אזוי אויסצונוצן די רואיגע געשמאק פונעם זומער

20:09

מענטל עווערנעס

ג' שופטים פ״ו

דר עקיבא פערלמאן מיט יואליש זעצן זיך אראפ פייערן די הונדערטסטער מענטל עווערנעס וואס טויזנטער היימישע אידן האבן הנאה אויף א כסדר'דיגער אופן און פילע זענען געהאלפן געווארן בעצה ותושי' ב"ה

48:18

מענטל עווערנעס

ד' דברים פ״ו

ווי וויכטיג איז נעמען די ריסקס צו גיין העכער און באמערקן ווי מ'קען עס איבערלעבן? נומער ניין און לעצטע אין די סעריע פון "ווי אזוי זאכן ווערן קאמפליצירט אבער מיט די ריכטיגע מיינדסעט און קלארע סייעתא דשמיא קען מען אלעס דורכשווימען מיט א געשמאקע זיסקייט"

26:39

מענטל עווערנעס

ג' בהר פ״ו

וואס פאסירט נאך וואס מיר דערהערן דעם אינערליכן קול וואס רופט?

25:13

מענטל עווערנעס

ה' שמיני פ״ו

דער אינערליכער קול איז געווענליך א שטילער קוים הערבארער שטימע, דעריבער איגנארירט מען עס אפט - אין 97'סטער שמועס הערט ווי דער דאקטאר שמועסט אויס וויכטיגע נקודות און פארוואס דער קול וואס רופט אונז פון אינעווייניג ווערט געשטופט אין דער זייט?

40:57

מענטל עווערנעס

ו' כי תשא פ״ו

וואס טוט מען נאך וואס מ'באקענט זיך? • דר עקיבא אין 96'סטער פראגראם נעמט אייך טיפער אריין אין די "זיך זעלבסט באקענען" טעמע • וואס טוט מען צו די באגראבענע ווייטאג וואס ליגט אריינגעקנעטן אינעם מענטש? • א פראצענט מענטשן וואס טרעפן זיך אין זייער אלטער ווייטאג, ווערן דארט סטאק, וואס איז די עצה?

38:24

מענטל עווערנעס

ה' תרומה פ״ו

אין די סעריע פון "זיך זעלבסט באקענען" • די אמאליגע "זיך" איז פארוואונדעט, אבער נישט פארקנאקט און איז נישט דאס לעצטע און פיינעל זיך • טרעפן וואס איז יארן פארדעקט

28:13

מענטל עווערנעס

ג' בשלח פ״ו

אין 94'סטער פראגראם פירט דער דאקטאר ווייטער דעם שמועס איבער "זיך זעלבסט באקענען" און איבער די "איננער טשיילד וואויס"

28:12

מענטל עווערנעס

ג' ויחי פ״ו

פארשטיין זיך אליינס איז וויכטיג

27:27