אלגעמיינע נייעס

וואס טוט זיך? באריכטן און נאטיצן ארום די לעצטע אנטוויקלונגען; לאקאל; נאציאנאל; אינדערהיים און אין אויסלאנד.

סך הכל פון די נייעס: די אַמעריקאַנער מיליטער האָט היינט מיטוואָך דורכגעפירט נאָך א רונדע לופט באָמבאַרדירונגען קעגן איראַנער מיליטערישע צילן

ד' דברים פ״ו

די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט געמאָלדן נייע סאַנקציעס אויף פּערזאָנען און קאָמפּאַניס וואָס ווערן באַשולדיגט אין אַרויסהעלפן איראַן לייגן א האַנט אויף וואָפנס • דער אוקראַינישער פּרעזידענט וולאַדימיר זעלענסקי איז ערוואַרטעט צו נאמינירן דעם אינערן מיניסטער איגאָר קלימענקא צו זיין דער נעקסטער פאַרטיידיקונגס מיניסטער פון אוקראַינע • פּרעזידענט טראָמפּ האָט היינט דערקלערט אַז די "אייס" אימיגראַציע אַגענטן וועלן יאָ פאָרזעצן צו נוצן טראַפיק סטאַפּס ביים אינפאָרסירן אימיגראַציע געזעצן • דזשעי קלעיטאָן, וועמען פּרעזידענט טראָמפּ האָט נאָמינירט אַלס נעקסטער דירעקטאָר פון די נאַציאָנאַלע שפּיאָנאַזש אַגענטור, האָט פאַרטיידיגט די סובפּינעס וואָס זענען געשיקט געוואָרן צו ניו יאָרק טיימס רעפּאָרטערס • קאָנגרעס רעפּובליקאַנער האָבן היינט אַרויסגעשטעלט א 95 ביליאָן דאָלערדיגע בודזשעט בלו פּרינט וואָס וועט צושטעלן נייע פאָנדינג פאַר פאַרטיידיקונגס, שפּיאָנאַזש, אַגריקולטור און נאָך געלטער פאַר סטעיטס וואָס וועלן אַקצעפּטירן טראָמפּ'ס וואָוטער-איי-די פאָרשלאַג

3:19

אקטועלע נייעס: נייע ווערסיעס פון די פאפולערע GLP-1 מעדיצינען פאר צוקער און וואג פארלוסט הערן נישט אויף צו אויפטרייסלען די מעדיצינישע וועלט

ד' דברים פ״ו

די קאמערשאל מארטגעדזש מארקעט אין ניו יארק זעט פרישע אקטיוויטעטן דורך מער לאקאלע בענק, ווי די נארט איסט קאמיוניטי באנק, לויט א לענגערע באריכט אין די וואל סטריט דזשורנאל • א פרישע באריכט צייגט אז די טעכנאלאגיע סעקטאר פאר בעסערע שלאף און נאכט-רו איז געוואקסן צו א 14 ביליאן דאלאר מארקעט איבער אמעריקע • מער און מער פאמיליע דאקטוירים לאזן אפ די געווענליכע העלט אינשורענס סיסטעם און גייען אריבער צו א "דירעקט־קעיר" מאדעל פאר ריין קעש

2:36

אקטועלע נייעס: די SBA האט געמאלדן א נייע "גראסערי גאראנטי" לאון פראגראם, צו העלפן סופלייערס אין די עסן אינדוסטריע באקומען מער צוטריט צו געלט, צו קענען בויען מער סופליי און העלפן אראפברענגען די הויכע עסן פרייזן

ג' דברים פ״ו

נאך מער ווי צוויי צענדליגער יארן אויפ'ן שפיץ פון דזשעי־פי מארגען טשעיס, די גרעסטע אמעריקאנער באנק מיט ארום 4.7 טריליאן דאלאר אין דיפאזיטס, קומען סיגנאלן אז די פירמע גרייט זיך פאר'ן טאג נאך דעם לעגענדארן דזשעימי דיימאן • עקספערטן זאגן אז אויב מען האט געמיינט אז AI וועט מאכן ביזנעס ביליגער און מער שפארזאם, האט מען א טעות, ווייל די פראדוקציע פון AI פלענטס און טשיפס פארלאנגט גאר אסאך לעקטער און אנדערע וויכטיגע געברויכן, פירנדיג צו העכערע פרייזן אין די גאנצע עקאנאמיע • יעדן טאג דערגרייכן טויזנטער אמעריקאנער ריטייערמענט עלטער פון 65 יאר, און גאנצע אינדוסטריעס בויען זיך ארום דעם ערשיינונג, שרייבן א גרופע אנאליסטן

2:33

סך הכל פון די נייעס: פּרעזידענט טראָמפּ האָט געמאָלדן אַז אַמעריקע וועט צוריקשטעלן איר בלאָקאַדע אויף איראַנער פּאָרטן און האָט דערקלערט אַמעריקע אין קאָנטראָל פונעם "האָרמוז וואַסער וועג"

ב' דברים פ״ו

עס ווערט אויפגעדעקט אַז מדינת ישראל האָט געאַרבעט לאַנגע יאָרן צו פּרובירן רעקרוטירן דעם געוועזענער איראַנער פּרעזידענט מאַכמוד אכמעדינעזשאד צו פירן איראַן נאָך א רעזשים טויש • די איראַנער-געשטיצטע הוטי טעראָריסטן אין תימן האָבן באַשולדיגט סאַודי אַראַביע אין באָמבאַרדירן די צענטראַלע אינטערנאַציאָנאַלע לופטפעלד אינעם הויפּטשטאָט צאַנאַ • א פּערזאָן איז אומגעברענגט געוואָרן אינמיטן אַן אויסטויש מיט פעדעראַלע "אייס" אימיגראַציע אַגענטן אין בידעפארד, מעין, לויט'ן ספּיקער פון די אָרטיגע סטעיט לעגיסלאַטור • א פעדעראַלער ריכטער האָט אַרויסגעוואָרפן פּרעזידענט טראָמפּ'ס סעטלמענט מיט די איי-אַר-עס, זאָגנדיג אַז עס איז נישט געווען א לעגאַלע געבינדענע אָפּמאַך • די יוסטיץ דעפּאַרטמענט און דער פּענטאַגאָן האָבן געגרינדעט א נייע געמיינזאַמע טעסק פאָרס אויסצוראָטן אינפאָרמאַציע ליעקס צו די מידיאַ • א פּלאַץ וואו היימלאָזע האָבן זיך פּלאַצירט אין די וועסט סייד אין מאַנהעטן, האָט זיך שטאַרק אויסגעשפּרייט אין די לעצטערע וואָכן און איז שוין יעצט צוועלעף בלאקס לאַנג

3:30

אקטועלע נייעס: די אמעריקאנער געזעלשאפט דרייט מער און מער מיט קרעדיט קארטלעך צו דעקן טעגליכע קאסטן, זאגן באנק שאצונגען

א' דברים פ״ו

הארץ און פארבינדענע געזונטהייט קריזיסן, אריינגערעכנט הארץ אטאקעס און סטראוק, זענען פאראנטווארטליך פאר בערך 32% פון אלע גלאבאלע טויטפעלער, זאגן פרישע געזונטהייט באריכטן • כאטש גלאבאלע אינפלאציע איז שוין אראפ פון די הויכפונקטן און איז מער מעסיג, איז דאס אזוי נאר ביי פראדוקטן, אבער אינפלאציע ביי סערוויסעס איז נאך אלץ זייער שטארק • נאך יארן פון שווערע פארלוסטן האט די Property & Casualty אינשורענס אינדוסטריע אין אמעריקע געזען א שטארקע פינאנציעלע אויפבלי • אין א פרואוו צוריקצוגעווינען קאסטומערס האט Verizon געמאלדן א סעריע נייע ענדערונגען. די פירמע האט אראפגענומעןACTIVATION און UPGRADE FEES, זאכן וואס קאסטומערס האבן יארן לאנג באקלאגט

2:30

סך הכל פון די נייעס: איראַן האָט באַשטעטיגט אַז זיי האָבן געשאָסן צען באַליסטישע מיסילס פאַר די אזראק מיליטערישע באַזע אין ירדן, וואו עס זענען סטאַנציאָנירט אַמעריקאַנער עירפאָרס זעלנער

ה' מטו"מ פ״ו

איראַן האָט היינט מיטאָג צייט דורכגעפירט די באַגרעבעניש אויף זייער לאַנגיעריגער פירער אַיאַטאָלאַ אלי כומעיני ביים ספּעציעלע אימאם רעזא צענטער אין שטאָט מאשאד • דריי קוועלער אינערהאַלב די קרעמלין זאָגט אַז דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין וועט נישט איינגיין פאַר שלום געשפּרעכן, טראָץ וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט לעצטנס פּרובירט אים צו פּרעשורן דערוועגן • די פּאַלם ביעטש אינטערנעשאָנעל לופטפעלד איז אָפיציעל געוואָרן געטוישט דעם נאָמען אַלס "פּרעזידענט דאָנאַלד דזשעי טראָמפּ אינטערנעשאָנעל לופטפעלד" היינט דאָנערשטאָג • די יוסטיץ דעפּאַרטמענט האָט געשיקט א בריוו צו עלעקשאָן באַאַמטע אין אַלע פופציג סטעיטס, אַז זיי קענען אויסשטיין קרימינאַלע קלאַגעס אויב וועלן זיי ערלויבן אַזעלכע וואָס זענען נישט קיין בירגער, צו וואָוטן • פּרעזידענט טראָמפּ זאָגט אַז ער וועט בעטן פונעם סופּרים קאָורט נאָכאַמאָל אויסצוהערן דער קעיס איבער זיין עקזעקוטיוו אָרדער אַרום בוירטרייט בירגערשאַפט • א פּאַרשוין איז אַרעסטירט געוואָרן פאַר'ן וואַרפן פלאַש באָמבעס אויף צוויי רעליגיעזע געבעט הייזער אין קווינס

2:00

אקטועלע נייעס: קאנסטראקשען פירמעס באמערקן לעצטנס דראמאטישע העכערע פרייזן אויף לייעביליטי אינשורענס, און עס שטעלט זיך ארויס צו קומען פון פלאמבינג פראבלעמען אין די העכסטע געביידעס

ג' מטו"מ פ״ו

לויט א נאציאנאלע אנקעטע ביי קליינע ביזנעס אייגענטומער, זאגן בערך29% פון קליינע ביזנעסער אז זיי קענען נישט געפינען גענוג ארבעטער פאר אפענע פאזיציעס • אין נאך א ביישפיל וויאזוי רעגולאציעס העלפן ארויפטרייבן די פרייזן זעהט מען ביי נייע רעגולאציעס אויף קאלטע טראק טראנספארטאציע • אין די ניו יארק סיטי קאונסיל איז געווארן אויפגעברענגט א ביל וואס וועט ארויפלייגן א ספעציעלן שטייער פון 5 סענט אויף יעדע עסן און טרונקען וואס קומט מיט פלעסטיק פעקעדזשינג, ווי א באטל, קאנטעינאר, אדער סיי וועלכע אנדערע פלעסטיק

2:14

סך הכל פון די נייעס: די מאסיווע צערעמאָניעס פאַר'ן אומגעקומענעם איראנער פירער אַיאַטאָלאַ עלי כומעיני אין טעהראַן ווערט אָפּגעטייטשט אַלס א שטאַרקע צייכן פון ווידערשטאַנד דורך די איראַנער רעזשים

ב' מטו"מ פ״ו

רוסלאנד האט דורכגעפירט א מאסיווע באמבארדירונג מיט מיסילס און דראונס אויף אוקראינע, אומברענגענדיג ווייניגסטנס 20 מענטשן, אריינגערעכנט 14 אינעם הויפטשטאט קיעוו • ענגלאנד האט געמאלדן אז א רוסישער "ביער-עף" פּאטראל פליגער האט זיך דערנענטערט אויף אן "אומזיכערע און אומפּראפעסיאנעלע" פאַרנעם צו איר עירקרעפט קעריער שיף אינעם נארוועגישן ים • פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אפיציעל געלאָזט אין גאנג די נייע "טראמפ אקאונטס" פראגראם, מעלדנדיג אז די רעגירונג האט שוין איינגעצאלט די ערשטע 1,000 דאלאר פאר איבער 500,000 אמעריקאנער קינדער • איבער 485,000 הייזער און געשעפטן איבער די פאראייניגטע שטאטן זענען געבליבן אן קיין עלעקטעריק נאך די שווערע שטורעמס און עקסטרעמע וועטערס פונעם וויקענד • צוויי זעלנער פון די טענעסי נעשאנעל גארד, וואס זענען טייל פון פּרעזידענט טראמפּ'ס ספּעציעלע פעדעראלע אנטי-קרימינאַלע טעסק פאָרס, האבן אומגעברענגט א באַוואָפנטן מאן אין מעמפיס • ניו יארקער איינוואוינער איבער ברוקלין און קווינס זענען געווארנט געווארן איבער פלעש פלאדס און געבעטן געוואָרן צו בלייבן ווייט פון בעיסמענטס און נידעריגע שטאָקן

3:32

אקטועלע נייעס: די מארקעט פון וויטאמינען, מינעראלן, פראטעין פאודער און נאך ערליי סופלעמענטן וואקסט ווייטער אין ניו יארק ראיאן און אין גאנץ אמעריקע, זאגן באריכטן

ב' מטו"מ פ״ו

נאך לאנגע שווערע צייטן פון היסטארישע אינפלאציע אויף האלץ, גלאז, צעמענט און אייזן מאטעריאלן, קומען סיגנאלן אז די גלאבאלע סופליי טשעין פראבלעמען האבן זיך היבש געלעזט, פירנדיג צו רעדוצירטע פרייזן אויף רויע קאנסטראקשען מאטעריאל אין די ניו יארק ראיאן • פיש סטארס און סופלייערס באריכטן העכערע קאסטן אין אימפארט און קאלטע סטארידזש, פירנדיג צו העכערע פרייזן ביי סעלמאן און ענליכע פישן • פשוטע טשיפס וואס מענטשן פלעגן קויפן פאר א פאר דאלאר — ווי SD קארטלעך, MicroSDקארטלעך און USB פלעש דרייווס — זענען געווארן דראמאטיש טייערער אין די פארלאפענע חדשים •

2:27

סך הכל פון די נייעס: פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האָט אָפּגעצייכנט דעם היסטאָרישן 250'סטן יאָרטאָג פון די פאַראייניגטע שטאַטן מיט א פּאָליטישע קאַמפּיין סטייל רעדע אויפן 'נאַציאָנאַל מאָל' אין וואַשינגטאָן

א' מטו"מ פ״ו

דריי פון די קינדער פונעם אומגעקומענעם איראַנער פירער אַיאַטאָלאַ עלי כאַמענאַי האָבן זיך באַטייליגט ביי די מאַסיווע צעראַמאָניעס אינעם צענטראַלן קאָמפּלעקס אין טעהראַן, אָבער זיין זון און נאָכפאָלגער מאָדזשטאַבאַ כאַמענעאַי איז נישט געזען געוואָרן • פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אפגעהאלטן א לאנגע טעלעפאנישע געשפרעך פון כמעט איינס אַהאַלב שעה מיט'ן רוסישן פירער וולאדימיר פוטין, וואו ער האט אנגעבאטן זיין הילף צו געפינען א לעזונג צום קריג אין אוקראינע • די אויל לענדער וואָס זענען אָנגעשלאָסן אין 'אָפּעק פּלאָס' האבן איינגעשטימט זונטאג צו העכערן אירע אויל קוואטעס מיט נאך 188,000 פעסלעך א טאג אנגעהויבן פון אוגוסט, אין א צייט וואס די גלאבאלע אויל פרייזן פאלן צוריק צו די שטאפלען פון בעפאָר'ן קריג • פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האָט אָפּגעצייכנט דעם היסטאָרישן 250'סטן יאָרטאָג פון די פאַראייניגטע שטאַטן מיט א פּאָליטישע קאַמפּיין סטייל רעדע אויפן 'נאַציאָנאַל מאָל' אין וואַשינגטאָן • דער פעדעראלער אינערן סעקרעטאר דאָג בוירגאם האט זונטאג פארטיידיגט דעם באשלוס נישט אפצושטעלן די מארש פון די ווייסע נאציאנאליסטישע גרופע "פאטריאט פראנט" דורכאויס די דזשוליי 4 פייערונגען אין וואַשינגטאָן • די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האָט געמאָלדן אַז זי וועט נישט זוכן נייע בידס קאָנטראַקטן פאַר די פאַרריכטונגען פונעם לינקאָלן מעמאָריאַל רעפלעקטינג פּול, נאָר וועט ווייטער נוצן די זעלבע פירמע פאַר די אַרבעט • די אמעריקאנער קאוסט גארד האט פארטריבן א שיף פון די ענווייראָמענטאַלע קאָמפּאַני-אָרגאַניזאַציע "קלעיר-וואטער" אינמיטן די מאסיווע דזשוליי 4 שיפן פּאַראַדע אין ניו יאָרק'ס האָדסאָן ריווער, נאכדעם וואס די שיף האט אַרויסגעשטעלט שילדן מיט "פאליטישע מעסעדזשעס"

4:12