בולעטין

וואס איז נייעס? ברעכנדע נייעס געלופטערט פרישערהייט; ווי נאר עס שפילט זיך אפ אויף די לאקאלע מאפע און נאציאנאלן פראנט.

נייע אינטעלידזשענס ווארענונג: איראן פלאנט נקמה אטאקעס קעגן אמעריקאנער צילן נאכן טויט פון כומעיני

ב' כי תשא פ״ו

די זיכערהייט אגענטורן געבן איבער אז די סטראשונגען זענען געצילט סיי קעגן אמעריקאנער מיליטערישע באזעס אינעם מיטל מזרח, און סיי קעגן דיפלאמאטן און אמבאסאדעס אין פארשידענע לענדער. אין וואשינגטאן נעמט מען די ווארענונגען ערנסט, און באאמטע זאגן אז אמעריקע וועט רעאגירן מיט א שווערע האנט אויב איראן וועט פראבירן צו טשעפען סיי וועלכע אמעריקאנער בירגער.

0:34

מדינת ישראל מיליטער האבן באמבארדירט דעם הויפט קאמוניקאציע צענטער אין טעהראן

ב' כי תשא פ״ו

די מדינת ישראל מיליטער זאגט אז איראן האט געמאכט דעם אנשטעל אז עס איז א פשוט'ע געביידע פאר ציווילע געברויכן, אבער עס האט באלאנט פאר די רעוועלוציאנערע גווארדיע פון ווי זיי האבן ארויסגעשיקט די טאן פארן לאנד.

0:26

צוויי מעטשעטן אין אמעריקע האלטן אפ ספעציעלע עהרע צערעמאניעס נאכ'ן טויט פונעם איראנער פירער כומעיני

ב' כי תשא פ״ו

איין מעטשעט אין ווירדזשיניע, האט אפילו ארויסגעגעבן א לאדענונג פאר א ספעציעלע צוזאמקום לכבוד דעם פירער, וואו זיי האבן זיך באצויגן צו כומעני מיט'ן טיטל "אונזער פירער". אין די זעלבע צייט האט מען אין די "איסלאמיק הויז אוו וויסדאם" מעטשעט אין מישיגן געהערט שארפע ווערטער פונעם ארטיגן אימאם, מוכאמעד עלי עלאהי. דער אימאם האט אטאקירט די אמעריקאנער מיליטערישע אפעראציע , טענה'נדיג אז די גאנצע מלחמה איז באזירט אויף ליגענטס.

ער האט קריטיקירט פרעזידענט טראמפ זאגנדיג אז אנשטאט "אמעריקע פירסט" לייגט ער יעצט "נתניהו פירסט". די צוויי מעטשעטן געפינען זיך יעצט אונטער שארפע קריטיק פאר'ן ארויסווייזן אזא אפענע שטיצע פאר'ן איראנער רעזשים, אין א צייט וואס אמעריקאנער זעלנער געפינען זיך אויפ'ן שלאכטפעלד.

0:47

קאטאר לייקענט אפ באריכטן איבער א מאנגל אין 'פעטריאט' מיסילס זיך צו פארטיידיגן פון איראנער מיסילס

ב' כי תשא פ״ו

אין די סטעיטמענט ווערט קלארגעשטעלט דורך די קאטארער רעגירונג אז די באריכטן זענען פאלש און אז דער מאגאזין פון פעטריאט מיסילס וואס ווערט געהאלטן דורך די קאטארער מיליטער איז נישט אויסגענוצט געווארן און האט גענוג סחורה. די מעלדונג קומט אין א צייט וואס די לופט-פארטיידיגונג סיסטעמען איבערן גאנצן מיטל מזרח ארבעטן איבערמידליך אפצושלאגן דראונס און מיסילס וואס פליען פון איראן.

0:36

מדינת ישראל האט עלימינירט דעם הויפט קאמאנדיר פון איסלאמיק דזשיהאד אין לבנון

ב' כי תשא פ״ו

ראַמי האט אין די לעצטע צייט געהאלפן ארגאניזירן פרישע אטאקעס, געדינט אלס א שליח פאר טעראר גרופעס, און איז געווען פארנומען מיט שמוגלען וואפן און טעראריסטן דורך די גרעניץ פון סיריע קיין לבנון. ער איז אויך געווען דער וואס האט אנגעפירט מיט די קאמפן קעגן די זעלנער אין דרום לבנון דורכאויס די יעצטיגע מלחמה.

0:28

דראון אטאקע אויף די אמעריקאנער אמבאסאדע אין ריאד; אמעריקאנער בירגער באפוילן צו פארבלייבן אין די הייזער

ב' כי תשא פ״ו

א ווארטזאגער פונעם סאודיער פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט באשטעטיגט די אטאקע, און זאגט אסז עס איז נישטא קיין באריכטן איבער פארוואונדעטע, און עס איז בלויז פאראורזאכט געווארן א קליינע פייער און לייכטע שאדנס צו די געביידע. גלייך נאך דעם אטאקע האט די אמעריקאנער אמבאסאדע ארויסגעגעבן אנווייזונגען פאר אלע אמעריקאנער בירגער אין די שטעט ריאד, דזשעדא און דהראן, זיך אויפצוהאלטן אין מער זיכערע פלעצער, און ווארנט אז בירגער זאלן נישט ארויסגיין פון די הייזער ביז ווייטערדיגע מעלדונגען. קורצליך נאך די אטאקע האט פרעזידענט טראמפּ האט ארויסגעגעבן א שארפע ווארענונג, זאגנדיג אז די וועלט וועט בקרוב געוואויר ווערן וואס די אמעריקאנער רעאקציע וועט זיין אויף די דראון אטאקע קעגן די אמעריקאנער אמבאסאדע אין ריאד. דער פרעזידענט האט קלארגעשטעלט אז אמעריקע וועט נישט שווייגן אויף די אטאקע, און אויף דעם פאקט אז אמעריקאנער זעלנער זענען אומגעקומען דורכאויס די יעצטיגע מלחמה.

0:56

מדינת ישראל געזונטהייט באאמטע: סך הכל פון 960 מענטשען זענען אנגעקומען ביז יעצט אין שפיטאל אין רעזולטאט פון די מלחמה מיט איראן

ב' כי תשא פ״ו

זיי זאגן אז עס זענען פארהאן 150 מענטשען וועלכע באקומען ערענסטע באהאנדלונג, צווישן דעם 4 מענטשען אין א ערענסטן צושטאנד. נאך 24 מענטשען געפונען זיך אין א מעסיגן צושטאנד, אין צייט וואס די אנדערע זענען אין א גוטן צושטאנד.

0:00

איראן'ס אטאמישע הויפט האט געמאלדן אז אמעריקא האט אטאקירט די נאטאנז נוקלעארע קאמפלעקס

ב' כי תשא פ״ו

מוכאמעד עסלאמי זאגט אז די קרימינאלע רעזשימן פון אמעריקא און מדינת ישראל האבן אטאקירט די נוקלעארע קאמפלעקס נעכטן נאכמיטאג, דורכפירענדיג דערויף צוויי באזונדערע אטאקעס. זיינע ווערטער גייען אקעגן די יו-ען נוקלעארע הויפט, וועלכע האט געזאגט פריער אין טאג אז ער האט נישט געזען קיין שום אנדייטונג איבער אטאקעס אויף נוקלעארע קאמפלעקסן. נאטאנז איז געווען איינס פון די הויפט צילן ביי די 12-טאגיגע מלחמה פארלאפענע זומער. איראן'ס רעוואלוציאנערע גווארדיע האט געמאלדן, אז אירע קרעפטן האבן באוויזן צו אטאקירן אן אויל טאנקער פארבינדן צו אמעריקא וואס האט זיך געפונען אין די הארמוז וואסער וועג. לויט ווי די גווארדיע זאגט איז די שיף באטראפן געווארן דורך צוויי דראונס וועלכע האבן געשאפן א פייער אויפ'ן שיף. אין די זעלבע צייט האט די גווארדיע ארויס געשטעלט א שארפע ווארענונג אז אמעריקא וועט מער קיינמאל נישט זיין פארזיכערט. די גווארדיע זאגט אין א סטעיטמענט, אז די פיינט דארף וויסן אז זייערע רואיגע טעג זענען א פארגאנגענהייט, און זיי גייען מער קיינמאל נישט זיין פארזיכערט אין קיין שום ארט איבער די וועלט, אפילו נישט אין זייערע אייגענע הייזער.

0:31

ווארענונג פייפערס האבן זיך נארוואס צעקלינגן אין צפון אר"י צו אלאמירן איבער ראקעטן געשאסן פון איראן

ב' כי תשא פ״ו

מיסילס זענען געפלויגן אין צענטרעל אר"י אזוי אויך אין צפון געגענט, און עס ווערט בעריכטעט אז 10 מיסילס זענען אראפגעשאסן געווארן. אמערדזשענסי באאמטע זאגן אז זיי האבן נישט באקומען דערווייל קיין רופן איבער ערענסט געשעדיגטע. אין די זעלבע צייט האט חיזבאלע ארויסגעשטעלט א מעסעזש אז זיי הייבן אפיציעל אן א קריג מיט מדינת ישראל.

0:31

סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא: אמעריקע אטאקירט איראן צו פארמיידן א באלדיגע געפאר פאר אמעריקאנער כוחות

ב' כי תשא פ״ו

רוביא האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט פאראויסגעזען אז די מדינת ישראלע אקציע וועט ברענגען אן איראנער אטאקע קעגן אמעריקאנער כוחות, און געזען איראן אלץ א באלדיגע געפאר פאר אמעריקע. רוביא זאגט, אז אויב וואלט אמעריקע נישט גענומען די יעצטיגע שריט, וואלט מען שפעטער געהאלטן פארהערן אין קאנגרעס פארוואס מען האט גארנישט געטאן טראץ דעם וואס מען האט געוואוסט וואס עס קומט. רוביא האט אונטערגעשטראכן אז די הויפט ציל פונעם קאמפיין איז נישט אומצווארפן דעם רעזשים, נאר ענדערש פארניכטן די באליסטישע מיסיל פראגראם פון איראן, און זיכער מאכן אז זיי קענען דאס נישט צוריק אויפבויען, אדער דאס ניצן צו באהאלטן א נוקלעארע פראגראם. רוביא האט געזאגט אז כאטש אמעריקע וואלט געוואלט זען א נייע רעגירונג אין איראן וואס ווערט נישט געפירט דורך ראדיקאלם, איז די וויכטיגסטע זאך אז נישט קיין חילוק ווער עס וועט פירן דאס לאנד א יאר פון יעצט, וועלן זיי נישט האבן די באליסטישע מיסילס.

1:06