חול המועד תשפ"ו

חול המועד אינטערוויוס: די אומבאקאנטע וועלט פון אונזערע באקאנטע פנימ'ער -א'-

ג' שמיני פ״ו

שמועסן וואס ווארפט א ליכט אויף די זייטיגע לעבנס פון באקאנטע פיגורן וואס מען קען געווענליך נאר פון די פראדזשעקטארן אדער פון די אויבן-אן, - הערט איבער די באהאלטענע געשעפטן און אינטערעסאנטע אטיוויטעטן וואס די מענטשן פירן אינמיטן טאג.

חלק א': ר' נתן פריעדמאן די באקאנטער מעדזשיק אינטערהאלטער פארציילט איבער זיין היט פירמע, דער בעל מנגן ר' עמרם אקער פארציילט איבער זיין באס-דרייווער פאזיציע, העסקן ר' בנציון ווידער פארציילט איבער די פריוויליגיע צו זיין משב"ק ביי האדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א

2:00:51

חול המועד אינטערוויוס: די אומבאקאנטע וועלט פון אונזערע באקאנטע פנימ'ער -ב'-

ג' שמיני פ״ו

שמועסן וואס ווארפט א ליכט אויף די זייטיגע לעבנס פון באקאנטע פיגורן וואס מען קען געווענליך נאר פון די פראדזשעקטארן אדער פון די אויבן-אן, - הערט איבער די באהאלטענע געשעפטן און אינטערעסאנטע אטיוויטעטן וואס די מענטשן פירן אינמיטן טאג.

חלק ב': ר' הענדל ברייער פארציילט איבער דינען אלץ אקטיווער דיספעטשער אין חברה הצלה, דער דזשורנאליסט ר' פנחס לייפער פארציילט איבער דאס זיין אן ענגליש מנהל אין א גרויסע ת"ת און דער אינטערהאלטער ר' ברוך פערלאוויטש פארציילט איבער זיין פאזיציע אלץ פילאט

3:29:36

מארקעטיש - אלימלך זאבעל

ג' שמיני פ״ו

ספעציעלע חול המועד פראיעקט חלק ג'

אלימלך זאבעל פארבינדט זיך מיט מארקעטערס צו אנאליזירן פינעף פון די בעסטע עדס פונעם סעזאן

ר' ארי הערשקאוויטש פון פינעקס, ר' יואל פריעד פון פריעדקאו, ר' שלמה שטיינמעץ פון די פיוואט גרופע

1:06:52

חול המועד אינטערוויוס: די צוויי זייטן פונעם מטבע: א שמועס מיט די וואס קאמבינירן נגינה מיט הרבצת התורה -ב'-

ג' שמיני פ״ו

א שמועס מיט א גרופע בעלי מנגים און בדחנים וואס זענען באקאנט פאר'ן משמח זיין אידישע קינדער ביי שמחות אויף די חתונה-סטעידזשעס, אבער פירן אן אנדערן לעבנסשטייגער אינמיטן טאג אלס מגידי שיעור און עוסקים בתורה. הערט וויאזוי די צוויי עולמות פלעכטן זיך צונויף, די השפעה וואס דאס לערנען האט אויף דעם טעם פון זייער זינגען ביינאכט. חלק ב' מיט ר' יוסי גרין, ר' אברהם שמואל ווידער און הרב שלמה טויסיג

1:15:58

קליינגעלט - פנחס לייפער

ג' שמיני פ״ו

קליינגעלט דאקומענטירט: די פינאנציעלע און סאציאלן סטאטוס פונעם היימישן ציבור

א שמועס מיט יוסי געשטעטנער

57:26

חול המועד אינטערוויוס: די צוויי זייטן פונעם מטבע: א שמועס מיט די וואס קאמבינירן נגינה מיט הרבצת התורה

ב' שמיני פ״ו

א שמועס מיט א גרופע בעלי מנגים און בדחנים וואס זענען באקאנט פאר'ן משמח זיין אידישע קינדער ביי שמחות אויף די חתונה-סטעידזשעס, אבער פירן אן אנדערן לעבנסשטייגער אינמיטן טאג אלס מגידי שיעור און עוסקים בתורה. הערט וויאזוי די צוויי עולמות פלעכטן זיך צונויף, די השפעה וואס דאס לערנען האט אויף דעם טעם פון זייער זינגען ביינאכט. חלק א' מיט ר' פנחס מרדכי וועבער, ר' בערל וועבער, ר' שלומי דאסקאל און ר' יואל לעבאוויטש

2:34:33

חול המועד אינטערוויוס: א ברידערליכער שמועס לכבוד יום-טוב מיט די בעלי מנגנים אהר'עלע און אברהם יצחק סאמעט

ב' שמיני פ״ו

א שמועס לכבוד יום-טוב מיט די צוויי סאמעט ברודער – דער ענערגישער בעל מנגן ר' אהר'עלע און זיין יונגערע ברודער ר' אברהם יצחק. די צוויי ברודער צעלייגן מיט א ספעציעלן חן דעם סוד פון זייער הצלחה, אהרעלע פארציילט וויאזוי עס שפירט זיך ווען דער יונגערער ברודער טרעט אריין אין די מוזיק-אינדוסטריע און בויט אויף אן אייגענעם נאמען, און וויאזוי די משפחה-קשרים העלפן צו פארוואנדלען יעדע שמחה אין פייערדיגע טענץ. הערט אן אריינבליק אין זייערע מוזיקאלישע קאריערעס, די זכרונות פון אינדערהיים, און די פאראייניגטע כח פון איין משפחה וואס ברענגט דעם חסידישן ברען אין די הערצער פון כלל ישראל.

43:48

ברייטער גערעדט - מענדל אונגאר

ב' שמיני פ״ו

חול המועד געשיכטע: די גאר פחד'דיגע געשיכטע פון אלעקס ראדריגאס

1:03:47

חול המועד אינטערוויוס: ושמחת בחגיך מיטן קאמיקער ר' לייבוש ביילוש

ב' שמיני פ״ו

א שמועס מיט ר' לייבוש ביילוש, וועלכער באווייזט אהערצושטעלן קאמישע אבזערוואציעס וואס כאפן פונקטליך דעם פולס פונעם היימישן עולם. ר' לייבוש צעלייגט מיט זיין אייגנארטיגן הומאָר וויאזוי ער נעמט די טאג-טעגליכע שוועריגקייטן וואס יעדער איד טרעפט אן – פון די ערב יום טוב טראפיק ביז די ערב פסח קריזיסן – און פארוואנדלט זיי אין סחורה וואס ברענגט א שמייכל אויף די ליפן. הערט וויאזוי ער נוצט די כח פון הומאָר אלס א מיטל אינטערצוהאלטן אידן און אריינצובלאזן אביסל פרישע לופט אין די שווערע רגעים פונעם לעבן, און וואס זענען די סודות פון זען דעם גוטן און מאדנעם קוק-ווינקל אויף יעדע מצב

1:32:46

ביני לביני - ביני באנעט

ב' שמיני פ״ו

חול המועד רייזע קיין ווענעזואלע

47:06