לייוו ניטל פראגראם

ה' בא פ״ב

דרוקט די פלעי קנעפל מיטצוהאלטן די לייוו פראגראם

ר' שמעון אסף

ה' בא פ״ב

הערט אן אינטערוויו מיט א היימלאזער איד שמעון אסף וואס האט פארקויפט זיין הויז, און רייזט ארום די וועלט, אינאיינעם מיט זיין פאמיליע. פון שאנכיי ביז סיביר, פון מעקסיקא קיין ניו-זילאנד. וואו איז געווען זיין שענסטע אויפנאמע און וואו די ערגסטע? וואו האט ער געציטערט זיך צו באווייזן אלץ איד? וויאזוי באשליסט ער דעם קומענדיגן סטאנציע און ווען איז ער מחליט אז ס'איז צייט צו גיין? דאס און נאך פיל אינטערעסאנטע פונקטן פון זיין לעבן-אויף-רעדער.

1:50:50

ר' פנחס גלויבער

ה' בא פ״ב

די געשיכטע פון א אידישער נשמה, וואס איז אויפגעוואקסן ווי א תינוק שנשבה און אפגעהאקט דעם קשר מיט אידן און אידישקייט, איגנארירט די מעסעדזשעס פון הימל אויפ'ן וועג, ביז ער האט זיך געטראפן אין אן עבודה זרה טעמפל און זיך אומגעקערט אהיים

1:09:18

הרה"ח ר' משולם יאקאבאוויטש

ה' בא פ״ב

ר' משולם דער בריח התיכון פון דעם פריזאן רעפארם ביל, געבן אן ערשטהאנטיגער שמועס איבער די צרות יגון ואנחה וואס עס גייען נעבעך אריבער חרדי'שע אידן, יושבי חושך וצלמות, אין די אמעריקאנער תפיסות, און דאנקען דעם אויבערשטן פאר די גרויסע ניסים וואס ער האט געטאן דורך זיינע גוטע שליחים וועלכע האבן איבערגעקערט דעם אמעריקאנער דזשאסטיס סיסטעם און ארויסגעברענגט הונדערטער אידן מיגון לשמחה

29:49

הרב יעקב ווייס

ה' בא פ״ב

וועט מען הערן איינעם פון די הונדערטער אידן וועלכע זענען ארויסגעקומען פון תפיסה מיט דער הילף פון צדק, דערנאך וועט הרב יעקב ווייס פון צדק ערשיינען מיט א מעלדונג איבער א מאסיווער פראיעקט וואס צדק נעמט אונטער וואס וועט אויפשאקלען דעם אמעריקאנער דזשאסטיס סיסטעם

34:15

ר' ארי' אבראמאוויטש

ה' בא פ״ב

א ברייטע איבערבליק איבער די גינעס וואלד רעקארד. די גרינדונג, די מיוזיעמס און אינטערעסאנטע פאקטן און רעקארדס

41:14

ר' שמעון יואל קליין

ה' בא פ״ב

א שמועס איבער די געשיכטע פון שוכרי כוחיאל, א משיח שקר וואס האט אויפגעשאקלט תימן, ווען נאכן אומגעברענגט ווערן איז ער צוריק לעבעדיג געווארן. וואס איז געווען די ריכטיגע געשיכטע? און וויאזוי האט זיך דאס געענדיגט?

44:42

ר' מאיר טייטלבוים, ר' שלמה הערש עקשטיין, ר' יוסף אלי' אפענהיים, העקערייען קרבן, ר' יוסף ברוך רייך, ר' יצחק משה גראס, ר' יונתן שווארץ

ה' בא פ״ב

עטליכע אינטערוויוס מיט אידן וועלכע זענען געפאלן קרבנות צו געמיינע קאמפיוטער העקערס, און שמועסן מיט טעכניקער ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט סייבער אטאקעס

1:24:45

הרב משה דוועק, רב דקהל שערי תפילה איטענטאון ניו דזשערזי

ה' בא פ״ב

א ריין ספרדישער איד וואס קען א געשמאקער אידיש, ווי אזוי קען דאס זיין? - פון מצרים קיין וויליאמסבורג און פון דארט קיין אויסטראליע - זיינע זיידעס אין מצרים און ארם צובא - דאס קאמף קעגן די נוצרים וואס א דאנק זיי האלטן מיר ניטל נאכט - היסטאריע פון ניטל ביי די ספרדים - א לענגערע דעטאלירטער שילדערונג פון אחינו בני ישראל אנשי ספרד, און די אייגענארטיגע מנהגים פון מצרים ביז אמעריקא, און ווי אזוי א באגרעניצטע קינד האט צוריקגעברענגט די מצרי'שע אידן צו זייערע ברודער

2:23:31

הרב יצחק זאב קאלאקאווסקי

ה' בא פ״ב

הרב יצחק זאב וועמענס טאטע איז ליידער געווען א גוי אבער זיין מאמע איז א אידענע א בנש"ק, פארציילט ווי אזוי זיין זיידע האט אים געוויזן די ריכטיגע וועג צו אידישקייט - זיין בר מצוה מיט געבארגטע תפילין - זיין רבנות אין ווירדזשיניע - ביז קומען קיין ווייט לעיק וואו ער וואוינט א גאנץ יאר און איז א טשאפלען אין טורמע אין פענסעלוועניע - זיין חתונה מיט א גיורות פון איידעהא - דאס זעהן די ליכטיגקייט פון אידישקייט ביזן שיקן די קינדער אין קרית יואל - זיין מיינונג אויף דעם לעבענעזער חתן, און פארוואס מיר האלטן היינט ניטל

1:21:29
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה