שפאציר אין סטודיאו

מוזיקאלישע נייעס: בדחן ר' יאנקי גערטנער

ב' תצוה פ״ו

א פרישער נאמען וואס האט באוויזן איבערראשן די חתונה-זאלן און ברענגען א נייע אטמאספערע צום "מצוה טאנץ". הערט א שמועס מיט'ן בדחן ר' יאנקי גערטנער איבער זיין ספעציעלע מהלך, און וויאזוי ער באווייזט צו האלטן דעם עולם געשפאנט ביז די שפעטע שעות פון דער נאכט

55:00

מוזיקאלישע נייעס: די ברודער ר' דוד ברוך און ר' זושא קנאבלאך – א פרישע עפאכע אין עולם הבדחנות

א' תרומה פ״ו

א געשמאקער משפחה-געדאנק ביי א שמחה אינדערהיים, איז פארוואנדלט געווארן אין א פרישע און סוקסעספולע איינפיר וואס באצויבערט דעם היימישן ציבור. הערט אן אינטערעסאנטן שמועס מיט די "קנאבלאך ברודער" איבער דעם סוד פון "דאפעלטע בדחנות", וויאזוי די ברודערליכע קשר העלפט צו בויען די גראמען, און דער ספעציעלער חן וואס דאס גיט צו פאר א מצוה-טאנץ אדער א שבע ברכות

41:22

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' יואלי דאווידאוויטש – "תורה ונגינה"

ד' משפטים פ״ו

א שמועס איבער דעם אייגנארטיגן "כולל פאר בעלי מנגנים", וואו די שטערנס פון די מוזיק וועלט טוישן דעם מיקראפאן פאר א גמרא. הערט פון ר' יואלי איבער דעם געדאנק פון אויפשטעלן א ספעציעלן לערן-סדר צוגעפאסט פאר די ביזי סקעדזשועלס פון די זינגערס און מוזיקאנטן, דעם רוחניות'דיגן פאנצער וואס דאס גיט פאר א בעל מנגן, און וויאזוי דאס לערנען אין די פארשידענע צייטן פון טאג טוישט דעם גאנצן טעם פון זייערע נאכט-שמחות

24:57

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' משולם זושא גאלדשמידט

ג' בא פ״ו

משולם זושא האט באוויזן צו כאפן די הערצער דורך זיין נייע סינגל קאלעקשאן "קומזישא". הערט א שמועס איבער זיין וועג אין עולם הנגינה, וויאזוי ער האט אויסגעקליבן די ספעציפישע ניגונים פאר זיין זאמלונג, און זיין בליק אויף דעם היינטיגן סטיל פון "קומזיץ" נגינה וואס ברענגט ארויס דעם אינערליכן קנייטש

46:19

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' דובי מייזעלס

ג' וארא פ״ו

ר' דובי מייזעלס איז מהנה הגאון רבי דוד שוסטאל שליט"א אויף א פליגער אויפן וועג פון פלארידע קיין ניו יארק

15:06

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' יהודא גרין

ג' חיי שרה פ״ו

א שמועס איבער זיינע פאפולערע ניגונים וואס לויפן אויפן קארליבאך שניט, און איבער די וועגן וויאזוי ר' יהודה האט באקומען זיינע שטארק פאפולערע ניגונים

38:26

מוזיקאלישע נייעס: יאנקי שטיינמעץ - פערטער מבין אויף 'כשרונות'

מוצ״ש וירא פ״ו

א שמועס מיט'ן נייעם און פערטן מבין אויף 'כשרונות' היי יאר. וואס איז ערווארטעט צו הערן, וויאזוי שפירט ער זיך צווישן די אנדערע 'לייבן' פונעם פענאל און וואספארא טיפס קען ער געבן פאר אנדערע

13:27

מוזיקאלישע נייעס: ר' זושא סורקיס

ה' לך לך פ״ו

זושא סורקיס רעדט איבער דעם נייעם חידוש'ליכן געדאנק, פון 'מעות קדימה' פאר מוזיק-אלבוימס, צו פארשוינען דעם ארויסגעבער פון ריזיגע געלט-שאדנס און העלפן דעם ציבור האנדלען ערליך

9:48

מוזיקאלישע נייעס: בעל מנגן ר' שלמה גערטנער

ג' נח פ״ו

נארוואס געווען די יארצייט פון ר' יגאל צלק ע"ה, וועלכער האט געפירט 'פרחי ניו-יארק' און שפעטער 'פרחי לאנדאן'. דער מנגן ר' שלוימי גערטנער שי' עראינערט זיינע זכרונות פון ר' יגאל און זיינע ניגונים, מיט וועמען ער איז געווען א שכן טוב פאר לאנגע יארן

34:45

מוזיקאלישע נייעס: הרב אהרן יוסף פריעדמאן

א' פ״ו

שמועס איבער נייע ניגון "הבן יקיר" ערשינען לכבוד יום טוב

13:29