פנחס גלויבער

ר' פינחס צעלייגט אויף טעלערלעך די לעצטיגע געשעענישן; באהאנדלנדיג די טאג-טעגליכע טעמעס וועלכע דאמינירן די מידיא נעצן.

פינחס גלויבער - על רגל אחת

ב' נצו"י פ״ו

ווער האט גע'הרג'עט דעם נביא וועמענ'ס בלוט איז געבליבן קאכן פאר 250 יאר? — אינעם דריטן טייל: זכריה בן יהוידע ווערט פארשטיינערט אינעם ביהמ"ק, אויפ'ן באפעל פון יואש המלך

29:15

פינחס גלויבער - על רגל אחת

ב' כי תבא פ״ו

ווער האט גע'הרג'עט דעם נביא וועמענ'ס בלוט איז געבליבן קאכן פאר 250 יאר? — אינעם צווייטן טייל: דאס לעצט-פארבליבן אייניקל פון דוד המלך ארויסגענומען פון באהעלטעניש, און ווערט געקרוינט אלס קעניג

32:27

פינחס גלויבער - על רגל אחת

מוצ״ש כי תצא פ״ו

ווער האט גע'הרג'עט דעם נביא וועמענ'ס בלוט איז געבליבן קאכן פאר 250 יאר? — אינעם ערשטן טייל: א שלום צווישן מלכות יהודה און מלכות ישראל, א מרידה אין מלכות ישראל, און א שחיטה אויף בית דוד

25:34

פינחס גלויבער - על רגל אחת

ב' שופטים פ״ו

נעגל ווערן ארויסגעשטופט צום טויט דורך פרישע דורות נאגל-צעלן, וועלכע ווערן געבוירן אין א לעבעדיגער נאגל-פאבריק וואס איז באהאלטן אין אונזערע פינגער

28:03

פינחס גלויבער - על רגל אחת

ב' ראה פ״ו

די אנטוויקלונגען וואס האבן געפירט צו די "נירנבערג געזעצן": היטלער ווערט "פירער"; די נאציס פייערן זיג; די אנטיסעמיטישע געזעצן ווערן סיסטעמאטיזירט; וויאזוי די נאציס האבן זיך אן עצה געגעבן מיט "אידישע" נאציס. — דריטער טייל

30:08

פינחס גלויבער - על רגל אחת

ב' עקב פ״ו

די אנטוויקלונגען וואס האבן געפירט צו די "נירנבערג געזעצן": היטלער פארכאפט די פירערשאפט פון דער "דייטשער ארבעטער פארטיי", וואס ער פארוואנדלט אין דער "נאצי" פארטיי; די פינאנציעלע מוטשענישן, וואס האבן געברענגט היטלער ימ"ש צו דער מאכט. — צווייטער טייל

29:36

פינחס גלויבער - על רגל אחת

ב' ואתחנן פ״ו

די אנטוויקלונגען וואס האבן געפירט צו די "נירנבערג געזעצן": דער איבערגאנג פון קלאסישער שנאת ישראל צו דעם מאדערנעם ראסיזם; דאס געבורט פון "אנטיסעמיטיזם"; און די השפעה ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה. — ערשטער טייל

28:36

פינחס גלויבער - על רגל אחת

ב' דברים פ״ו

אילאן מאסק'ס פלענער וועגן טראגן מענטשן אין לופט-באנען, וואס וועלן פליען שנעלער, אבער זיין באקוועמער, ווי עראפלאנען

24:32

פינחס גלויבער - על רגל אחת

ה' פנחס פ״ו

די נפשיות'דיגע ווארצלען פון אלע קריגערייען צווישן מענטשן, גרופעס און לענדער

29:05

פינחס גלויבער - על רגל אחת

ב' פנחס פ״ו

דער ערגסטער "צונאמי" — א פארפלייצונג וואס האט פארשלעפט שטעט און פארשלונגען הונדערטער טויזנטער מענטשן. ווערטער וועגן ווילדע וואלן

29:36