סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

א' שמיני פ״ו

די קאמפליצירטע רעטונג אקציע

אפעראציע "אייווערי קאוסט" אין יאר 1970 אין צפון-וויעטנאם איז געווען איינס פון די קאמפליצירסטע, געפארפולסטע און שרעקעדיגסטע אפעראציעס דורך די אמעריקאנער ספעשל פארסעס, אבער וויאזוי האט זיך דאס אין ענדע אויסגעלאזט?

42:28

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ג' צו פ״ו

די פסיכאלאגישע קריג

טראמפ'ס מלחמה מיט איראן איז נישט בלויז דורך באמבעס און סאנקציעס, נאר א געמיש פון עטליכע אור-אלטע פסיכאלאגישע קריגס-טאקטיקן, צו צעמישן דעם איראנעם שטן און זיי ברענגען צו די קניען. הערט וואספארא מהלכים ער אדאפטירט דא, און פון וואו זיי זענען אינספירט געווארן.

37:10

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ג' ויקרא פ״ו

דער אויל פלאנטער

פארוואס צאל איך יעצט מער פאר גאזאלין צוליב די מלחמה אין איראן? – רייכטום דורך אויל קוועלער – די וויכטיגקייט פונעם "הארמוז שטראז" – דעם "כארדזש אינזל" און איר ראלע – די שרעקליכע עקאנאמישע פראבלעמען – די הוטיס קענען גענצליך אונטערברענגען די עקאנאמיע – כינע'ס פרואוון צו שעדיגן דעם "פעטרא-דאלער" מאנאפאל – איז ארץ ישראל'ס אויל אין א פראבלעם? און פיל מער.

48:38

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ב' ויק"פ פ״ו

ווער זענען די קורדן?

די נאמען פון די מעשה איז: אונטערן באס. לאמיר זיך באקענען מיט די גרופע וואס יעדער וויל זיי אונטערברענגען, יעדער שפייט זיי צוריק און פנים, אבער נאכאלץ זענען זיי די גרעסטע הילף פאר מערב-וועלט אינטערעסן קעגן טעראר טראץ וואס זיי ווערן געווארפן אונטערן באס. וואס איז זייער שייכות מיט די עשרת השבטים? קענען זיי יעצט אומווארפן דעם איראן רעזשים? און פיל מער.

49:30

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ד' בא פ״ו

פארוואס גרינלאנד?

וואס זוכט טראמפ אויף די וועלט'ס קאלטסטע אינזל? - עריק דער רויטער'ס שווינדל אין מארקעטינג - די פארשוואונדענע וויקינגס מיסטעריע – דער אייגנטימער פון א האלבע קאנטינענט - ווי שטארק זענען זיי געבינדן צו דענמארק? - אידישקייט אין א פלאץ וואו די זון גייט נישט אונטער - דער געהיימער קריג קעגן רוסלאנד און כינע איבער די מינעראלן וואס בויען אונזערע סקרינס - א שנעלער וועג פון כינע קיין ניו יארק - און פיל מער.

41:28

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

א' וארא פ״ו

דער איראנער רעזשים

אין דער צייט וואס אלע אויגן זענען געוואנדן קיין איראן, וואס איז דער איראנער רעזשים? לאמיר זיך באקענען מיט זייער רייכע היסטאריע, אלע סארט קעניגרייכן און רעזשימען, און בעיקר וויאזוי דער איראנער שאה איז געווארן פארטריבן פון לאנד, פארוואס כומעיני האט אזויפיל הייסע נאכפאלגער, און פארוואס עס איז בכלל נישט זיכער אז איראן דארף צוריק דעם אלטן שאה אלס פירער, מיט אסאך אינטערעסאנטע פאקטן צו פארשטיין גרונטליכער די נייעס.

1:10:20

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ב' שמות פ״ו

אומגעווארפענע דיקטאטורן

אין ליכט פון די דראמאטישע נייעס ווען אמעריקע האט פארכאפט דעם ווענעזועלע דיקטאטור, לאמיר זען ווי אזוי עס האט זיך אויסגעשפילט אין די פארגאנגענהייט ביי ענליכע געשיכטעס: די פלאנירונגען און אירע פאזעס - בוש פארכאפט מאנועל נוריעגא, דער פאנאמע דיקטאטור - דאס אומווארפן סאדאם כוסעין און זיין נידעריגע ענדע - דער רוצח סלאבאודען מילאשעביץ וואס האג האט געאורטיילט - די ענדע פון די אפריקאנער דיקטאטורן אוגוסטו פינוטשעי און זיין נאכפאלגער היסאן האברעי - ווי אזוי דער שרעקעדיגער מואמאר קאדאפי פון ליביע האט געענדיגט - און פיל מער

57:02

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ד' ויחי פ״ו

סאמאליע און סאמאליעלאנד

די חילוק פון סאמאליע און סאמאליעלאנד - דער חורבן פון מוסלעמענער דעמאקראטיעס - סאמאליע גייט אונטער - די קאמף קעגן ברוטאלע פיראטן - ווער וואוינט היינט אין סאמאליע? - עדות'שאפט פון בארימטער רייזענדער ר' משה קליין איבער זיין באזוך אין סאמאליעלאנד - אבסורד: קיינער וויל נישט אנערקענען - דער דיעל מיט מדינת ישראל און אירע נאכפאלגן - וועמען נוצט מען פאר בוכהאלטער?

41:22

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

א' מקץ פ״ו

מַלְכוּת יָוָן הָרְשָׁעָה

שטייענדיג ערב חנוכה, לאמיר גרינטליכער פארשטיין וואס מלכות יון הרשעה איז געווען: פון קליינע שטעט צו א וועלט-מאכט - די נייע מלחמה טאקטיקן - וואס איז העלעניזם? - די גזירות פון די סלאווקן - אנטיוכוס און זיינע פרישע אמביציעס - די אומבאקאנטע נס: גענעראל טריפון ווערט באזיגט דורך אומגעווענליכע שניי ברעקלעך - דאס אונטערגאנג פון מלכות יון דורך די רוימער - און פיל מער

54:34

סודות פון חדר - שמעון יואל קליין

ב' וישלח פ״ו

וואס גייט פאר אין ווענעזועלע?

איר וויכטיגע ארט אויפ'ן מאפע - טשאבס און זיין רעוואלוציע - אונטער די שפאניארדן - בוליבאר דרייט איבער - געטראפן אויל - פאלשע דעמאקראטיע - קראקאסאו און די רעטונג - דער באס דרייווער מאדוראו - שטערן קארטעל - הייפער אינפלוציע - רוסלאנד, כינע און איראן צום רעטונג - טראמפ טיילט פעטש - וואס וועט דא זיין?

55:10