תשעה באב לייוו פראגראם און ארכיוו תשפ"ג

ר' שמעון יואל קליין

ה' ואתחנן פ״ג

די דראמאטישע געשיכטע פון יחיאל, א 19 יעריגער בחור'ל וואס איז געכאפט געווארן אין בריסל לופטפעלד שמוגלענדיג אומלעגאלע געווירצן און אריינגעווארפן געווארן אין טורמע צווישן מוסלעמענער רוצחים און אונטערוועלטניקעס, און געלעבט אין געפאר ביז צו זיין דראמאטישע אנטלויף אקציע

53:40

ר' ארי חיימאוויטש, ר' צבי אריה בנימין און ר' אפרים פאנפעדער

ה' ואתחנן פ״ג

ר' דוד וועבער ברענגען אן אומבאקאנטע דראמאטישער געשעעניש איבער א בחור וואס איז פאר'חלש'ט געווארן דורכאויס א שפאציר מיט זיין ישיבה אינמיטן א שווערע 'טרעיל' און איז געווען אין א קריטישן צושטאנד ווערענדיג עוועקואירט מיט אן העליקאפטער, דער חבר ר' ארי חיימאוויטש פון בארא פארק גיבט אראפ אלע דעטאלן פון די געשיכטע מיטהאלטנדיג פונדערנאנט; דער בעל הנס ר' צבי אריה בנימין פון בית שמש קלארט אויס זיינע זכרונות פון די קריטישע מאמענטן, און דער הצלה מעמבער ר' אפרים פאנפעדער פון אשדוד וויקלט אויף דער קייט פון השגחה פרטית'ן און ניסים וואס האבן זיך אפגעשפילט

1:09:26

ר' מאיר נתן לעווין

ה' ואתחנן פ״ג

אויפדעקונגען איבער די לאדזשער געטא באגלייט מיט ביטערע זכרונות פון מלחמה איבערלעבער פון דער לאדזשער און ווארשעווער געטא

1:09:06

ר' שמעון ישראל פאזען, ר' צבי ארי' ראזענבלום און ר' מטות גילבערט

ה' ואתחנן פ״ג

איבער די שווערע מצב הפרנסה ביי אסאך היימישע אידן און משפחות וואס האבן פשוט נישט וואס אין מויל צו נעמען, שמועסן מיט עסקנים פון פירנדע ארגאניזאציעס וואס זענען עוסק אין דעם פראבלעם, ר' שמעון ישראל פאזען פון לשובע ולא לרזון וואס פארטיילט עסן פעקלעך יעדן וואך, ר' צבי ארי' ראזענבלום פון תומכי שבת אין לעיקוואד וואס טיילט אויס 12 מיליאן דאלאר ווערד פון עסן יעדן יאר און ר' מטות גילבערט פון רבי שייעלעס קיטשען וואס שטעלט צו הילף און פינאנציעלע קאוטשינג פאר מענטשן וואס גייען דורך א שווערע מצב

1:34:58

ר' שמעון ראָלניצקי, הרב רפאל נוסבוים און ר' רפאל ענגלאַרד

ה' ואתחנן פ״ג

מען גייט צוריק צו פּסח-צייט תש"פ, נישט מער געדאכט, ווען די קאָוויד-19 מגיפה האָט געבושעוועט בחוצות ניו יאָרק און געמאָנט די לעבנס פון הונדערטער חרדי'שע אידן. אין אַ שפּיטאָל-צימער אין מיימאַנידיס איז אַ איד אַוועק פון דעם שרעקליכן ווירוס, אַ צווייטער איד באַשליסט צו זאָגן קדיש נאָך אים אַלס אַ זכות זיך אַרויסצודרייען פון דער שרעקליכער מגיפה. אָבער קיינער ווייסט נישט ווער דער נפטר איז. נאָך עטליכע טעג פון אומאויפהערליכע פאָרשונגען ווערט געמאַכט אַן אומגלויבליכע אויפדעקונג

59:36

הרב הערשל פרידמאן

ה' ואתחנן פ״ג

א סך הכל פון די זוכונגען נאך די כלי המקדש, פון טויזנט יאר צוריק ביזן היינטיגן טאג, אנגעהויבן אין רוים, איטאליע, די וואטיקאן, טערקיי, קארטאגא, ביז ירושלים, אזוי אויך לעצטע פרישע אויפדעקונגען איבער אלעס ארום די כלי המקדש

1:11:25

ר' מענדל אונגאר און ר' אלימלך ניימאן

ה' ואתחנן פ״ג

איבער גרופעס וואס האדעווען זיך אין אמעריקע און זייער עקזיסטענץ איז העצן אקעגן אידן, וואס האט שוין געפירט צו עטליכע בלוטיגע טעראר אטאקעס אקעגן אידן איבער אמעריקע

57:02

עלטערן וואס גייען דורך די שווערע צרה פון זיין טאטעס צו קינדער וואס זוכן נאך זייער וועג צוריק

ה' ואתחנן פ״ג

די עלטערן עפענען זייער הארץ פון די אויסטערלישע יסורים וואס א טאטע און א מאמע גייען דורך ווען זייערס א קינד פארקריכט ל"ע פונעם אידישן וועג, טרערן-געווייקטע שילדערונגען פון די שלאפלאזע נעכט ווען מען פארשליסט נישט די טיר האפענדיג אז איין טאג ווען דאס קינד טרעפן זיין וועג צוריק צום טאטן אין הימל

1:15:49

ר' שלמה זייאנץ

ה' ואתחנן פ״ג

איבער די טרויעריגע מיטמאכענישן פון יהדות רוסלאנד דורכאויס די יארן, זייער שטענדיגע מסירת נפש, און איבער די ארטיגע אידישע געמיינדע וואס איז אין א שווערע מצב ליידענדיג שטארק פון די מלחמה נאכווייען

1:09:42

הרה"ג ר' יקותיאל אלימלך פריעדמאן שליט"א מדריך ומח"ס גליקליך

ה' ואתחנן פ״ג

7 עלטערן וועלכע זייערע קינדער האבן זיך גע'גט ל"ע טיילן מיט זייער עקספיריענס און שיקן א מעסעדזש פאר עלטערן

58:33
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה