עלעקשאן נאכט אפדעיטס און אנאליזן

לייוו עלעקשאן רעזולטאטן פראגראם תשפ"ו

ג' וירא פ״ו

מיטצוהאלטן די לייוו פראגראם דרוקט די פלעי קנעפל

קאליפארניע וויילער האבן באשטעטיגט פּראָפּאָזישאן 50, וואס גייט ערלויבן די דעמאקראטן אויסצושניידן נייע קאנגרעס ליניעס מער גענויגט צו די דעמאקראטן

ג' וירא פ״ו

וויילער האבן געשטימט אויף א רעפערענדום צו ערלויבן די סטעיט איבערצוהיפן א זעלבסשטענדיגע רידיסטריקטינג קאמיסיע, כדי צו שאפן א מאפע מער פריינטליך פאר דעמאקראטן, און דערמיט געבן א שאנס פאר די פארטיי ציצובאקומען 4 אדער 5 פרישע זיצן. די שריט אין קאליפארניע קומט אין רעאקציע צו דעם וואס ריפובליקאנער אין טעקסעס און אין עטליכע אנדערע סטעיטס האבן אויפ'ן רוף פון פרעזידענט טראמפ אנגעפאנגן טוישן די מאפעס כדי צו העכערן די שאנסן פאר ריפובליקאנער אנצוהאלטן קאנטראל פון קאנגרעס ביי די מידטורם וואלן.

0:41

פרעזידענט טראמפ האט ארויס געשיקט א מעסעדזש זיך אפצוטרייסלן פון די אנטוישענדע רעזולטאטן וואס די ריפובליקאנער פארטיי האט געהאט ביי די וואלן

ג' וירא פ״ו

טראמפ זאגט אז עס זענען פארהאן צוויי סיבות פארוואס ריפובליקאנער האבן פארלוירן, איינס איז די פאקט אז זיין נאמען איז נישט געווען אויפ'ן בעלאט, און די צווייטע איז די אנגייענדע רעגירונג פארשליסונג. אין די זעלבע צייט האט קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן דערקלערט, אז די געוואונס פון זאראן מאמדאני צעמענטירט די טראנספארמאציע פון די דעמאקראטישע פארטיי צו א ראדיקאל, גרויסע-רעגירונג און סאציאליסטישע פארטיי. דזשאנסאן האט געווארענט אז ביי די וואלן קומענדיגע יאר וועט יעדע איינציגסטע דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאט טראגן אויף זיינע פלייצעס מאמדאני'ס שרעקליכע רעקארד.

0:41

מעיאר קאנדידאט ענדרו קואמא האט געגעבן א קאנצעסיע רעדע, אין וואס ער האט באגריסט מעיאר-ערוועלט זאראן מאמדאני

ג' וירא פ״ו

קואמא האט אראפ געקלאפט זיינע שטיצער וועלכע האבן געשריגן ווען ער האט דערמאנט מאמדאני'ס נאמען, זאגענדיג, אז היינט נאכט איז די נאכט פון מאמדאני'ס מענטשען און אלע וועלכע גלייכן ניו יארק דארפן זיין פאראייניגט אים צו העלפן. ער האט דערקלערט אז זיין קאמפיין איז געווען די ריכטיגע זאך כדי צו קעמפן פאר די פיליזאפיע פון די דעמאקראטישע פארטיי און די צוקונפט פון ניו יארק, און פראקלאמירט אז ניו יארקער וועלן נישט טאלירירן די וועלכע פיטערן די פלאמען פון אנטיסעמיטיזעם. סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער, וועלכע האט זיך צוריק געהאלטן פון אינדארסירן מאמדאני, האט אויך ארויס געשטעלט א סטעיטמענט אים צו באגריסן, זאגענדיג, אז ער קוקט פאראויס צו ארבייטן מיט אים פאר א בעסערע צוקונפט. קורטיס סליווע האט אין זיין אפטריט רעדע אויך באגריסט מאמדאני אויף זיין געוואונס, אבער אין די זעלבע צייט געווארענט, אז אויב מאמדאני וועט פראבירן אריין צו ברענגן סאציאליזעם אדער אפשוואכן די פאליציי, דאן וועט ער מאביליזירן זיינע שטיצער. אין ניו דזשורסי איזז גאווערנער-ערוועלט שעריל ארויס געקומען אדרעסירן אירע שטיצער פאר די ערפאלגרייכע נאכט, ווען צו די זעלבע צייט האט שיטערעלי אנערקעכנט זיין פארלוסט, זאגענדיג, אז ער האט טעלעפאנירט שעריל איר צו באגריסן פאר איר געוואונס. מיט מער ווייניגער אלע שטימען געציילט אין די ניו דזשורסי גאווערנער פארמעסט, שטייט שעריל ביי 56 פראצענט, כמעט 13 פונקטן פאראויס פון שיטערעלי, וועלכע שטייט ביי 43.4 פראצענט, א שטארקערע אויבערהאנט ווי דאס וואס מען האט געהאט ערווארטעט.

1:30

אין די שטאט בארא פארק האט זיך היי יאר אנגעזען א גאר שטארקע טורנאוט, מיט נאנט צו 39 טויזנט שטימען דערווייל געציילט אין די געגענט

ג' וירא פ״ו

פון די רעזולטאטן ביז יעצט זעט מען אז קואמא האט אנגעצויגן 86 פראצענט שטימען אין די שטאט, און מאמדאני 8 פראצענט. אין פלעטבוש האט קואמא אנגעצויגן 76 פראצענט און מאמדאני 19 פראצענט, און אין וויליאמסבורג איז מאמדאני אריין געקומען פאראויס מיט 61 פראצענט פאר אים און 35 פראצענט פאר קואמא. די שטח וואס דעקט וויליאמסבורג נעמט אריין אויך פילע נישט אידישע גאסן, אבער קוקענדיג בלויז אויף די אידישע גאסן זעט מען אז דארט איז קואמא געווען שטארק פאראויס איבער מאמדאני.

0:56

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן נאכט אפדעיט 7

2:47

ניו יארק סיטי מעיאר-ערוועלט מאמדאני האט ארויס געשטעלט א קורצע זיג מעסעדזש, ווייזענדיג א בילד פון א סאבוועי באן מיט די לעצטע סטאפ איז סיטי האלל

ג' וירא פ״ו

רעאקציעס צו זיין זיג האבן אנגעפאנגן קומען פון פארשידענע ריכטונגן, צווישן דעם דורך על שארפטאן און קאנגרעספרוי קורטעז, וועלכע האבן ארויס געשיקט אויפגעהייטערטע מעסעדזשעס צו פייערן זיין זיג. דער געוועזענער ניו יארקער ריפובליקאנער גאווערנער דזשארדזש פאטאקי האט אדרעסירט די מידיא, זאגענדיג, אז עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז קורטיס סליווע האט אינטערגעהאקט ענדרו קואמא'ס שאנסן. פאטאקי זאגט אז מען קען שטענדיג טרעפן אן אויסרייד פארוואס יענער איז שולדיג, אבער מען דארף זיך אליינס קוקן אין שפיגל.

-

ווען מאמדאני גייט אריין קומען אין אפיס קומענדיגע יאנואר 1 למס' וועט ער זיין די העכסט-ראנגיקע מוסלומענער ערוועלטע באאמטער איבער גאנץ אמעריקא, די ערשטע דרום-אזיאנער מעיאר און די אינגסע מעיאר אין ניו יארק אין מער ווי 100 יאר. אויף וויפיל עס איז אנגענומען איז די אינגסטע מעיאר געווען יו דזשעי. גרענט, וועלכע איז געווען 31 יאר אלט ביים ווערן איינגעשוואוירן אין יאר 1889 למס', 9 יאר בעפאר ברוקלין, קווינס און סטעטן איילענד זענען געווארן צוגעלייגט צו ניו יארק סיטי צו שאפן די היינטיגע 5 באראס.

-

מיט ארום 90 פראצענט שטימען געציילט אין די סיטי וואלן שטייט מאמדאני ביי 50.3 פראצענט, אדער א מיליאן מיט 13 טויזנט שטימען, קואמא ביי 41.6 פראצענט, אדער 837 טויזנט שטימען, און סליווע ביי 7.2 פראצענט אדער 144 טויזנט שטימען, צו א סך הכל פון מער ווי 2 מיליאן שטימען שוין געציילט.

דער אמטירענדער מעיאר עריק עדעמס האט באקומען ארום 6 טויזנט שטימען, און נאך עטליכע טויזנט זענען געגאנגן פאר אנדערע קאנדידאטן.

-

אריין קוקענדיג טיפער אין לאקאלא געגענטער זעט מען אז צווישן די געגענטער וואו קואמא איז אריין געקומען נומער איינס איז בארא פארק, וואו קואמא איז אריין געקומען מיט אן אויבערהאנט פון 80 פראצענט, ווי אויך די מידוואוד געגענט אין פלעטבוש וואו ער איז אריין געקומען מיט אן אויבערהאנט פון 57 פראצענט, פארעסט הילס קווינס אן אויבערהאנט פון 15 פראצענט, אפער איסט סייד 24 פראצענט, בענזענהורסט 19 פראצענט, קאני איילענד 43 פראצענט, און פארראקוועי 27 פראצענט. קוקענדיג אויף יעדע בארא באזונדער איז מאמדאני'ס שטארקסטע אויבערהאנט אין ברוקלין, און די איינציגסטע בארא וואו קואמא איז פאראויס איז סטעטן איילענד.

2:10

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן נאכט אפדעיט 6

3:39

ניו דזשורסי אסעמבלימאן ר' אבי שנעל האט געוואונען ווידערוויילונג פאר א צווייטע טערמין, א דאנק א שטארקע וואל באטיילעגונג אין לעיקוואוד

ג' וירא פ״ו

צוריק אריבער אין ניו יארק איז מאנהעטן דיסטריקט אטוירני עלווין ברעג דערקלערט געווארן געוואונער אין זיין ווידערוויילונג פארמעסט. דער ליביראלער די-עי, וועלכע האט אנגעפירט א קעיס אקעגן פרעזידענט טראמפ אלץ קאנדידאט, האט באזיגט צוויי קעגנער, איינער א ריפובליקאנער און איינער אן אינדיפענדענט. צווישן די אנדערע פארמעסטן אין ניו יארק סיטי וואו עס איז שוין פארהאן א קלארע געוואנער איז ביי די קאמפטראלער פארמעסט וואו מארק לעווין האט געזיגט, ביי די ברוקלין בארא פרעזידענט פארמעסט ווי רעינאסא האט גרינג געזיגט און ביי די ברוקלין דיסטריקט אטוירני בענקל וואו גאנזאלעז איז געלאפן אן א קעגנער.

0:37

דער ארטאדאקסישער פאליטיקאנט סטיוו מאַינער איז געווארן ווידער-ערוועלט פאר נאך א טערמין אלץ מעיאר פון מאיאמי פלארידא

ג' וירא פ״ו

סטיוו איז אויסגעשטאנען א נאנטע פארמעסט אקעגן די ריפובליקאנער קאמישענער פרוי גאנזאלעז, און האט איר ביים ענדע באזיגט מיט 51 אקעגן 49 פראצענט. מאינער, וועלכע איז צום ערשטן מאל געווארן אריין געוועלט פאר 4 יאר צוריק, איז געלאפן אויף זיין רעקארד פון אראפ ברענגן פארברעכענס, אדרעסירן היימלאזיגקייט און ברענגן פרישע ביזנעס אינוועסטירונגן אין די סיטי.

0:27

קאנגרעספרוי שעריל איז עמטליך אנערקענט געווארן דורך אלע נייעס אגענטורן אלץ געוואונער פון די ניו דזשורסי גאווערנער פארמעסט

ג' וירא פ״ו

מיט 70 פראצענט שטימען געציילט שטייט שעריל ביי 56.6 פראצענט, אין צייט וואס איר ריפובליקאנער קעגנער דזשעק שיטערעלי שטייט ביי נישט מער ווי 42.9 פראצענט. ווי די רעזולטאטן שטייען מאמענטאל איז די אויבערהאנט פון שעריל היבש שטארקער ווי דאס וואס מען האט זיך געראכטן, אבער די דיפערענץ קען זיך נאך טוישן ווען אלע שטימען ווערן געציילט.

0:35

אידישע וויילער אין ראקלענד קאונטי זענען ארויס געקומען מיט שטארקע ציפערן ביי די וואלן, פירענדיג צו א צאל וויכטיגע זיגן אין לאקאלא פארמעסטן

ג' וירא פ״ו

צווישן אנדערע זענען ר' יוסף הערש גראס און ר' יעקב יוסף קויפמאן ערוועלט געווארן אלץ ספרינג וואלי ווילידזש טראסטיס. ר' יעקב יוסף האט באזיגט שערי מק'גיל דורך אנפירן א סוקסעספולע רייט-איין קאמפיין, וואס באדייט אז זיין נאמען איז נישט געווען אויפ'ן בעלאט נאר מען האט עס געדארפט אריין שרייבן, איינס פון געציילטע סוקסעספולע רייט-איין קאמפיינס אין די געגענט. אין די זעלבע צייט איז ראמאפא טאון סופערווייזער מייקל ספעקט דערקלערט געווארן געוואונער אין זיין ווידערוויילונג פארמעסט. מייקל ספעקט איז אויסגעשטאנען א פארמעסט דורך א קאנדידאט וועלכע איז אריין געקומען שפעט אינ'ם פארמעסט און האט אינטערגענומען א רייט-אין קאמפיין אקעגן אים, אבער ביים ענדע האט ספעקט געזיגט. באזונדער האט ר' משה האפשטיין געוואנען ביי די 13'ט לעגיסלאטיווע דיסטריקט, און קאונטי עקזעקאטיוו עד דעי האט געוואונען ווידערוויילונג פאר נאך א טערמין.

0:53

דער דעמאקראטישער קאנדידאט זאראן מאמדאני איז דערקלערט געווארן אלץ געוואונער אין די ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט

ג' וירא פ״ו

מיט 75 פראצענט שטימען אפגעציילט איז מאמדאני דערקלערט געווארן אלץ געוואונער, אנציענדיג 50.4 פראצענט פון די שטימען אקעגן 41.3 פראצענט פאר זיין הויפט קעגנער ענדרו קואמא און 7.5 פראצענט פאר קורטיס סליווע. קוים עטליכע חדשים צוריק האבן ווייניג ניו יארקער געוויסט צו זאגן איבער דעם 34-יעריגער ענערגישער אסעמבלימאן פון קווינס, אבער דורכאויס די פריימערי איז ער מער און מער געשטיגן צום אויבערפלאך ביז ער האט באוויזן דאס אומערווארטעטע און באזיגט דעם אמאליגן מאכטפולן גאווערנער ענדרו קואמא. אין א געווענטליכע יאר וואלט די זיגער פון די דעמאקראטישע פריימערי זיך גלייך ארויס געצויגן פונ'ם פארמעסט, אבער קואמא איז געשטיפט געוארן דורך מעסיגע דעמאקראטן, א צאל ריפובליקאנער און אנדערע אינטערצונעמען א זעלבסשטענדיגע קאמפיין אין א פרואוו צו בלאקירן די סיטי פון גיין אזוי שארף צו לינקס. קואמא מיט זיינע מענטשען האבן אריין געגאסן ריזן סומעס געלט אין די קאמפיין, אבער מאמדאני האט אריין געברענגט א זעלטענע ענטוזיאזים אין די אלגעמיינע מאסן, איבערהויפט ביי אינגע וויילער, מיט טויזנטער מענטשען וועלכע האבן זיך באוויזן ביי זיינע צוזאמקונפטן און פילע וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן צו וואלאנטירן פאר זיין קאמפיין. דורכאויס די גאנצע קאמפיין איז מאמדאני שטענדיג געווען פאראויס אין די אנקעטעס, אפילו נאכדעם וואס מעיאר עדעמס האט זיך ארויס געצויגן כדי ארויס צו העלפן קואמא. אויסער דעם וואס מאמדאני גייט זיין איינס פון די אינגסטע מעיארן אין ניו יארק סיטי'ס היסטאריע, גייט ער אויך ברעכן היסטאריע צו זיין די ערשטע מוסלומענער מעיאר פון ניו יארק. זיין געוואונס ווערט אויפגענומען ענטוזיאסטיש ביי די שטארקע לינקע לאגער, וועלכע זעען אין מאמדאני א מענטש וועלכע קען הייבן זייער סטאטוס נאציאנאל, און פאראויס שטיפן זייערע אגענדע פון הייבן שטייער איף די רייכע, צושטעלן פרייע באסעס סערוויס און פרייע טשיילד קעיר.

3:38

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן נאכט אפדעיט 5

2:36

פאליטישע נאטיצן - שרגא שטערן

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן אפדעיט 5

6:00

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן נאכט אפדעיט 4

2:25

העסקן ר' שמאול עלענבויגן פון די טאמס ריווער געגענט נעבן לעיקוואוד, האט געוואונען א פאזיציע ביי די אושען קאונטי באורד אוו קאמישענערס

ג' וירא פ״ו

ער איז די ערשטע חרדישע איד צו ווערן אריין געוועלט פאר א קאונטי-ווייד פאזיציע אין די קאונטי. די קאונטי באורד אוו קאמישענערס איז א קערפערשאפט וואס פארפיגט אויף אינפראסטראקטשער, סאשעל סערוויסעס און פובליק סעיפטי פאר די ארום 650 טויזנט איינוואינער פון אלע געגענטער אינטער די קאונטי. ר' שמאול איז א לאנג-יעריגע איינוואוינער אין טאמס ריווער, וועלכע האט געשפילט א ראלע אין אוועק שטעלן די 'טאמס ריווער דזשואיש קאמיוניטי קאנסול', וואס האט געהאלפן בויען בריקן צווישן דעם חרדישן ציבור מיט די אלגעמיינע איינוואוינער אין טאמס ריווער וועלכע האבן אין די ערשטע צייט געקוקט מיט א קרום אויג אויף די נייע חרדישע איינוואוינער.

0:39

ניו יארק סיטי קאמפטראלער ברעד לענדער איז ארויס געקומען מיט קריטיק אקעגן טראמפ פאר'ן זאגן אז אידן וועלכע שטימען פאר זאראן מאמדאני זענען נאריש

ג' וירא פ״ו

לענדער זאגט אז אלץ די העכסט-ראנגיקע אידיש-אפשטאמיגער באאמטע פון די סיטי רעגירונג וויל ער זאגן פאר טראמפ אז ער איז נישט דער וואס באשלוסט וויאזוי אידן זאלן שטימען. ער זאגט אז ניו יארקער זענען נישט פאראינטערעסירט אז טראמפ זאל זיי זאגן פאר וועם צו שטימען, נאר זיי מאכן זייערע אייגענע באשלוסן. נאכ'ן פארלירן אין די דעמאקראטישע פריימערי אקעגן מאמדאני האט לענדער אים אינדארסירט און איז ארום געגאנגן קאמפיינען פאר אים אין א צאל געגענטער.

0:31

די שטים בודקעס אין ניו יארק האבן זיך נארוואס געשלאסן, מיט פילע פארמעסטן וועלכע זענען פארגעקומען אין ניו יארק סיטי און לענגאויס די סטעיט

ג' וירא פ״ו

די שליסונג קומט נאך א שטארק היציגע און קאלירפולע פארמעסט וואס האט געזען פארשידענע מערקוועדיגע אליאנצן, צווישן דעם פרעזידענט טראמפ'ס לעצט-מינוטיגע שטיצע פאר'ן לאנג-יעריגן דעמאקראט ענדרו קואמא, און א צוריקהאלט נאך ביז היינט דינסטאג דורך טייל דעמאקראטן צו אינדארסירן דעם שטארק-ליביראלן און זעלבסט-דערקלערט דעמאקראטישע סאציאליסט מאמדאני. דורכאויס די ערלי וואטינג האט זיך אנגעזען א רעקארד וואל באטיילעגונג, און אזוי אויך האט מען געזען א שטארקע באטיילעגונג היינט דורכאויס די טאג, מיט ציפערן וואס מען האט נישט געזען ביי מעיאר פארמעסטן אין לאנגע יארן.

די פארמעסטן אין ניו יארק זענען אויך געפלאגט געווארן מיט באמבע סטראשונגן ביי דריי שטים ערטער, אבער אנדערש ווי אין ניו דזשורסי האט עס נישט אפעקטירט די וואל פראצעדור. אין צוגאב צו די מעיאר פארמעסט האבן ניו יארקער אין די סיטי אויך געשטימט פאר מערערע אנדערע אפיסעס און 6 בעלאט פראגן, אריין גערעכענט פובליק אדוואקאט, קאמפטראלער, בארא פרעזדענטן, סיטי קאנסול מיטגלידער, ריכטער אא"וו.

1:10

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן נאכט אפדעיט 3

1:50

פאליטישע נאטיצן - שרגא שטערן

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן אפדעיט 4

1:37

די שטים בודקעס אין ניו דזשורסי האבן זיך נארוואס געשלאסן, און די ערשטע רעזולטאטן האבן אנגעפאנגן אריין קומען אין די שטארק-נאכגעפאלגטע פארמעסט

ג' וירא פ״ו

אין די ערשטע מינוטן פון די שליסונג זענען אריין געקומען ארום 11 פראצענט רעזולטאטן, וואס שטעלט שעריל ביי 59 פראצענט און שיטערעלי ביי 40 פראצענט. אין די סווינג סטעיט פענסלוועניע, וואו וויילער באשלוסן אויב מען זאל לאזן אין אמט דריי דעמאקראטיש-געשטיצטע סטעיט סופרים קארט ריכטער פאר נאך 10 יאר, האבן א מערהייט שטים ערטער זיך שוין אויך געשלאסן און מען ווארט פאר רעזולטאטן אריין צו קומען.

0:36

די דעמאקראטישע גאווערנער קאנדידאט פרוי ספענבערגער איז דערקלערט געווארן געוואונער אין די גאווערנער פארמעסט אין ווירדזשיניע

ג' וירא פ״ו

מיט ארום 40 פראצענט שטימען געציילט אין די סטעיט שטייט ספענבערגער ביי ארום 55 פראצענט פון די שטימען, אקעגן 45 פראצענט פאר די ריפובליקאנער קאנדידאט פרוי סיערס.ביי די אנדערע נאכגעפאלגטע פארמעסטן אין ווירדזשיניע איז נאך נישט דערקלערט געווארן א געוואונער, אריין גערעכענט די אטוירני דזשענערעל פארמעסט, ווי די דעמאקראט דשאונס איז דערווייל פאראויס מיט נישט מער ווי 1 פראצענט פונקט פון די ריפובליקאנער קאנדידאט מאיארעס.

0:31

פאליטישע נאטיצן - שרגא שטערן

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן אפדעיט 3

2:28

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן נאכט אפדעיט 2

1:47

פאליטישע נאטיצן - שרגא שטערן

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן אפדעיט 2

1:30

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן נאכט אפדעיט 1

1:45

די ניו יארק סיטי וואל באאמטע געבן איבער אז די צאל שטימען אפגעגעבן אין די היינטיגע וואל פארמעסטן שטייט שוין ביי נאנט צו 1.5 מיליאן

ג' וירא פ״ו

מיט די יעצטיגע ציפערן קוקט אויס אז די צאל שטימען וועט זייער מעגליך זיין מער ווי 2 מיליאן, ברעכענדיג די אמאליגע רעקארד פון 1.9 מיליאן געשאפן ביי די 1989 און 1993 וואלן צווישן דעוויד דינקינס און רודי דזשוליאני. ברוקלין שטייט ווייטער נומער איינס מיט די מערסטע שטימען, נאכפאלגענדיג מיט מאנהעטן, קווינס, די בראנקס און סטעטן איילענד.

0:32

פאליטישע נאטיצן - שרגא שטערן

ג' וירא פ״ו

עלעקשאן אפדעיט 1

8:38

טראמפ זאגט אז 32,000 לעיקוואוד אידן האבן שוין געשטימט היינט, און אפעלירט צו כולל יונגעלייט און ישיבה בחורים צו שטימען‎

ג' וירא פ״ו

טראָמפּ שרייבט אַז ער האָט געהערט אַז 32,000 אָרטאָדאָקסישע אידן אין לעיקוואָוד און אין דזשעקסאָן זענען שוין אַרויסגעקומען גאָר שטאַרק פאַר טשיטערעלי, און ער אַפּעלירט צו די איבריגע וויילער אַרויסצוקומען. אינעם מעסעדזש שרייבט טראָמפּ דירעקט פאַר כולל יונגעלייט און ישיבה בחורים וואָס האָבן נאָכנישט אָפּגעגעבן זייערע שטימען אין ניו דזשערסי, אַרויסצוגיין און צייגן זייער פּאַטריאָטישקייט און שטימען פאַר טשיטערעלי.

0:32