הרב דוד קלעצקין

א' ואתחנן פ״ב

וואונדערליכע השגחה פרטיות'ן זייענדיג עוסק לאנגע יארן אלס חזן ביי חברה קדישא חסידים, וואס ער האט מיטגעלעבט מיט די אייגענע אויגן הפלא'דיגע עפיזאדן וואס ער האט געזעהן ביי נפטרים, ווי אזוי זייערע מעשים טובים האט זיי באגלייט ביים לעצטן טאג

54:51

אידן וואס זענען געווען אויסגעשטעלט צו טשעפערייען און בוליאינג

א' ואתחנן פ״ב

מען קען הערן אינטערוויוס מיט עטליכע אידן וועלכע זענען דורכגעגאנגען זייער אייגענע גלות, זייענדיג אויסגעשטעלט צו טשעפערייען און בוליאינג פאר עטליכע יאר אין חדר וואס האט איבערגעלאזט א לאנג-יעריגער אפעקט. אן אינטערוויו מיט ר' נפתלי, וואס געדענקט ווי היינט יענע לאנגע טרויעריגע נעכט אין קעמפ ווען קינדער האבן אים געטשעפעט איבער זיין וואג, און מיט ר' אברהם וואס האט עטליכע יאר נישט געהאט אפילו איין חבר און געוויינט אן אויפהער אויף זיין ביטערע גורל, אויך הערט פונעם טעראפיסט הרב הערשל טייטלבוים איבער וואס עס ליגט אונטער די דיקע הויט פונעם בולי און די הייסע טרערן פונעם געבוליטן.

2:28:22

ר' יוסף ווייס פון סאטמארע חברה קדישה

א' ואתחנן פ״ב

איבער דאס עוסק זיין אין טהרות נאך פון אלס בחור, לוויות פון גדולי ישראל, וועלכע חברה קדישא האט הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל פארלאנגט, די לוי' פון די באבובע רעביצן ע"ה טאכטער פון הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט און נאך.

19:38

הרב נתנאל גאנץ

א' ואתחנן פ״ב

א שמועס איבער אידישע נשמות וואס ווערן אריינגענערט אין אראבישע דערפלעך אין אר"י ווי זיי מאכן מיט א טאג-טעגליכע תשעה באב, און עסקנים האבן זיי געדארפט ארויסראטעווען מיט גוט-פלאנירטע קאמאנדא אפעראציעס

1:00:42

הבחור יעקב גוטוואלד

א' ואתחנן פ״ב

הערט איבער זיין לעבן אויפוואקסענדיג אין א שטרענג-קריסטליכע פאמיליע נעבן וויען, עסטרייך וואו ער איז טרענירט געווארן צו זיין א מיסיאנער און אריינכאפן דוקא היימישע אידן אין נעץ, ער האט זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט אין ארץ ישראל דינענדיג אלץ מיסיאנער, אבער אנשטאט איבעררעדן אידן איז ער אליינס איבערגעצייגט געווארן מיטן אמת אז ה' אחד ושמו אחד, און א שטיק צייט נאכדעם האט ער זיך מגייר געווען און היינט לערנט ער אין ישיבה

1:21:02

ר' מענדל אונגאר

א' ואתחנן פ״ב

א שמועס איבער מענטשן וואס פארציילן אז זיי זענען שוין געווען אויף יענער וועלט, אריינכערעכענט א געשיכטע פון א היימישער איד וואס איז דורך אזא געשיכטע, אזוי אויך איבער א גאנצע כיתה וואס האט געדארפט גיין איבערבעטן ביים ציון פון א חבר נאך א שטוינענדע געשיכטע

1:03:03

הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער מ'ליביטשויב

א' ואתחנן פ״ב

איבער אידן וואס זענען געווען מער סוקסעספול אין דייטשלאנד פאר'ן צווייטן וועלט קריג ווי אין דער היינטיגער אמעריקע, ס'האט זיי גארנישט געפעלט, אבער ממש ווי איבערנאכט זענען די "מענטשליכע" דייטשן פארוואנדלט געווארן אין מאנסטערס, און וויאזוי איז אזוינס געשען און צי קען זיך עס נאכאמאל איבער'חזר'ן

32:42

העסקן ר' משה מארגארעטן

א' ואתחנן פ״ב

אן עפיזאד פון א איד לוי בן סעידה, וואס געפונט זיך אין א פארצייטישע סארט תפיסה וואו ער ווערט געפייניגט יעדן טאג מיט עינויים קשים דורך א גרופע טעראריסטן

30:10

ר' שמעון יואל און ר' משה קליין

א' ואתחנן פ״ב

וויאזוי אידן אין פארשידענע קהלות ארום דער וועלט טרויערן א גאנץ יאר אויפן חורבן בית המקדש, - איבער אידישע קהלות וואס זענען אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן און זענען לעצטנס אונטערגעגאנגען - ווי אויך אינטערעסאנטע און אייגנארטיגע מנהגים פון קהלות ארום דער וועלט אינעם טאג תשעה באב

57:02

ר' שלמה זייאנס

א' ואתחנן פ״ב

טרויעריגע לעבעדיגע עידות פון די בלוט באד מיט עטליכע חדשים צוריק אין בוטשא, א שפאציר איבער אוקריינא אין ברען פונעם יעצטיגן קריג, און א לעצטיגע געשיכטע ביי א הייל אין מצרים

1:00:11
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה