א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ד' תצוה פ״ו

די גאנצע וועלט האט זיך צוגעהערט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם צו טראמפ'ס רעדע וועלנדיג זען וואס זיינע פלענער זענען לגבי איראן. למעשה האט ער נישט אנטפלעקט צופיל. אויך: פארוואס איראן פילט אז זיי דארפן נישט מורא האבן פון טראמפ.

מאסיוו: די גרעסטע חוקרים האבן פארברענגט צען יאר מיט'ן פרובירן צו אויספארשן דעם מח פונעם מענטש און למעשה נישט באוויזן צו דערגיין מער פון וואס ס'טוט זיך אין א מיליאנסטל פונעם מח, און אויך דאס האט זיי געקאסט אומגעהויערע כוחות און געלט. מה רבו מעשיך ה'.

מאכט זיכער צו הערן דעם דראמאטישן שמועס מיט הר"ר שמחה נפתלי קלאגסברוין און די געוואלדיגע רעוואלוציע וואס ער מאכט אויפ'ן פראנט פון עיטש-די-עי-די.

1:02:40

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א' תצוה פ״ו

פרעזידענט טראמפ ווארפט צוריק די אומדירעקטע מתנה וואס דער סופרים קאורט האט אים געגעבן מיט'ן פסל'ען רוב פון זיינע טאריפס — וואס וואלט אים מעגליך געהאלפן אין זיין פאליטישן מצב, און אנשטאט עפנט ער א קאנטער-אטאקע און דראעט (וועמען?) מיט לייגן נאך שווערערע טאריפס אויף די לענדער פון דער וועלט. אן אנאליז מיט ר' משה גרובער. — די בעסטע, פראקטישסטע, שענסטע און עפארדעבל משלוח מנות: א הערליכער קראסטיק אראנזשירונג. סאוערדאו חלה, געשמאקע היימישע דיפס און וויין: רופט/טעקסט: 845.596.9595 https://krustik.com/purim/

53:20

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ה' תרומה פ״ו

א וויסנשאפטלער לאכט אפ פון די באריכטן אז אמעריקע'ס שונאים האבן פראדוצירט א געהיימען וואפן צו אטאקירן אמעריקאנער דיפלאמאטן מיט עלעקטרא-מאגנעטישע שטראלן, און ער בויט אויף אזא סארט וואפן אין זיין לאבאראטאריע, און פרובירט עס אויס אויף זיך. דער אויסגאנג איז זייער נישט קיין גוטער. — די מלחמה קעגן איראן איז געציילטע טעג אוועק און ווי ס'ווייזט יעצט אויס וועט טראמפ גיין ווייטער ווייל ער וויל נישט אויסזען חוזק. — די בעסטע, פראקטישסטע, שענסטע און עפארדעבל משלוח מנות: א הערליכער קראסטיק אראנזשירונג. סאוערדאו חלה, געשמאקע היימישע דיפס און וויין: רופט/טעקסט: 845.596.9595 https://krustik.com/purim/

24:26

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ה' יתרו פ״ו

א שמועס איבער דברים העומדים על הפרק, מיט משמח אלוקים ואנשים, אשר יעקב מענצער

41:03

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ב' וארא פ״ו

אייס אגענטן זייען אן כאאס און פירן זיך ווי בריונים. אין א לעצטיגער אנטוויקלונג האבן זיי דערשאסן א פרוי צום טויט. איז עס געווען בארעכטיגט אדער נישט?

41:49

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ה' שמות פ״ו

די דראמאטישע געשיכטע פון ווענעזועלע און דער אויל מלחמה. -- א געוועזענע אמעריקאנער פריינד וואס איז געווארן א באזע פאר אמעריקע'ס שונאים, אונטער יוגא שאוועז און ניקאלעס מאדורא. -- דאס געיעג נאך די אויל-שיפן. -- וויאזוי ווענעזועלע ווערט געצווינגען, נאך אלע סאנקציעס און בלאקאדעס, צו שיקן איר אויל דווקא צו אמעריקע

34:47

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ב' שמות פ״ו

די וועלט אין שאק פון שטוינענדער אמעריקאנער מיליטערישער אקציע אין ווענעזועלא. די דעלטא פארס פירט דורך אן אריין-און-ארויס מיסיע, און קערן זיך אהיים מיט'ן דיקטאטאר פון ווענעזועלא, ניקאלעס מאדורא. הערט וויאזוי און פארוואס די אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן

27:35

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ו' ויחי פ״ו

וולאדימיר פוטין מאכט שוין ווידער ליצנות פון פרעזידענט טראמפ; — ער פארקויפט אים א באבע מעשה אז אוקראינע האט אים געוואלט הרג'ענען; — סי-איי-עי באשטעטיגט אז פוטין האט געזאגט ליגן און טראמפ שוימט פאר כעס; — די אמעריקאנער נאציאנאליסטן עפענען ווילדע שמוץ-קאמפיין קעגן די סאמאליער אין אמעריקע: הערט פארוואס דאס איז ממש גאר שעדליך פאר אונז חסיד'ישע אידן.

27:30

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ד' ויחי פ״ו

קריג ברעכט אויס ביי גרויסע קאנסערוואטיווע פארזאמלונג, וואו קאנסערוואטיווע שישקעס דרייען זיך אויס מיט'ן רוקן צו מדינת ישראל. —וויצע פרעזידענט ווענס דערקלערט אז זיין קעגן מדינת ישראל מיינט נישט זיין אן אנטיסעמיט. — געוויסע אנטיסעמיטן הייבן זיך די קעפ און העצן די פרימיטיווע מאסן ווי אין אייראפע פון הונדערט יאר צוריק. טייל פון אונז האבן זיך געפרייט ווען מען האט צעבראכן די "פאלטיקלי קארעקט" קולטור. מען האט געשריגן "פרי ספיטש!". אבער מען האט פארגעסן אז "פאלטיקלי קארעקט" איז געווען אונזער שוץ אין גלות אמעריקע! דאס וואס מען האט "נישט געטארט רעדן" קעגן מינאריטעטן, דאס האט געהאלטן די חיות רעות אין די שטייגן. יעצט? יעצט האט מען געעפנט די שטייגן אין נאמען פון "פרי ספיטש", און די חיות לויפן פריי

23:55

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ג' וישב פ״ו

דער אמעריקאנער ביליאנער וועלכער האט זיך געקענט ערלויבן די טייערסטע לוקסוסן אבער האט געדרייווט אן אלטן געלן פאנטיאק און געוואוינט אין א פשוט'ן הויז אן קיין עיר קאנדישאן אין דעם הייסן לאס אנדזשעלעס, און פארוואס האט ער עס געטאן. — וויאזוי איז אמעריקע, דער באשיצער פון דעמאקראטיע, איבערנאכט געווארן דער גרעסטער אדוואקאט פאר רוסלאנד? — דער "28-פונקטן שלום פלאן" וואס צווינגט אוקראינע אויפצוגעבן שטחים וואס זי האט נישט פארלוירן. — וויאזוי טראמפ האט פארשפראכן טאָמאַהאָק מיסילס פאר אוקראינע אבער האט געטוישט זיין מיינונג נאך איין טעלעפאן רוף מיט פוטין. — אַמעריקע דרייט דעם רוקן צו אייראָפּע, די שרעק פון די אייראפעאישע פירערס, און ווי אַזוי טשוירטשיל'ס ווערטער וועגן 'מלחמה און שאַנדע' זענען היינט נוגע מער ווי אַלעמאָל.

26:18