עקספיריענס און סוקסעס אינטערוויוס

סוקסעס עפיזאדן! דיסקוסיעס מיט היימישע סוחרים וועלכע באזיצן ביזנעס עקספערטיז; צו נאשן טיפס און פאזיטיווע געדאנקען.

עקספיריענס און סוקסעס: ר' דוד מזרחי, סאלט סטעיקהואז, סאיא, באבי'ס בייגעל'ס, פעפע קיטשען, על-בי-קעי

ב' תרומה פ״ו

הערט וויאזוי טשארלס קושנער האט אים געבעטן צו עפענען א כשר'ע רעסטעראונט נעבן זיין "וועיוו" האטעל אין דיעל, ניו דזשוירזי וואס האט זיך צעוואקסן צו 5 פאפולערע געשעפטן מיט 250 ארבעטער וועלכע שטעלט אויך צו שבת סעודות אין די האטעל אונטערן השגחה פון טארנאפאל

29:59

עקספיריענס און סוקסעס: ר' יודל לעווי – פרינטינג עקספערט

ג' משפטים פ״ו

ער האט אנגעהויבן זיין וועג אין די וועלט פון פרינטינג גלייך נאך די חתונה, און מיט פלייס אויפגעבויעט א סוקסעספולע ביזנעס וואס ספעציאליזירט זיך אין פרינטן אויף אלע ערליי מאטעריאלן, פון קליינע חפצים ביז די פורים כאלאטן. הערט אן אינטערעסאנטן שמועס איבער זיין רייזע פון איין מאשין ביז צו א ריזן סטאק, און איבער'ן בויען א ביזנעס אינאיינעם מיט די קינדער און האלטן די משפחה נאנט

48:51

עקספיריענס און סוקסעס: ר' נחום גראס – 'ריעל עסטעיט סורוועיס'

ג' יתרו פ״ו

ער האט זיך געבויט א נאמען אלס א מומחה אין שאצן די ווערד פון הייזער, דורך נעמען עלטערע בחורים און טראנספארמירט זיי צו ביזנעס-לייט. הערט אן אינטערעסאנטן שמועס איבער די סודות פון ריעל עסטעיט עסטימעיטינג, און די רייזע פון העלפן בחורים טרעפן זייער פלאץ אין די עולם העשיה ביז'ן אויפשטעלן א סוקסעספולע ביזנעס מיט די אייגענע הענט

59:26

עקספיריענס און סוקסעס: ר' חיים גרינפעלד - די אוטסורסינג גיי

ג' בא פ״ו

ער האט אויפגעגעבן א דזשאב און זיך אריינגעווארפן אין סעילס וואו ער איז געווארן אן עקספערט אין אויפנעמען ביליגע ארבעטער פון אנדערע לענדער. היינט העלפט ער ביזנעסער אין אמעריקע טון די זעלבע זאך

46:36

עקספיריענס און סוקסעס: ר' חיים הערש וויינשטיין - היי ען לאו טרעוול

ד' וארא פ״ו

נאכ'ן פירן א ריזיגע זאקן אימפעריע און דארפן שליסן די טויערן צוליב קאמפליקאציעס, האט ער באוויזן זיך איבערצובויען פונדאסניי. הערט וויאזוי ער האט גענומען זיין עקספיריענס אין ביזנעס צו בויען די באקאנטע טרעוול אגענטור, דער סוד פון זיך אויפשטעלן נאך א שווערן קלאפ, און וויאזוי ער נוצט כוחות הנפש צו פירן זיין הצלחה.

1:01:27

עקספיריענס און סוקסעס: ר' זלמן דאנציגער, די-פיטנעס

ג' ויחי פ״ו

ער האט אויפגעגעבן א דזשאב אין די קאנסטראקשען אינדוסטריע און געווארט גאנצע 3 חדשים אינדערהיים ביז ער האט באקומען זיין ערשטע קליענט. הערט וויאזוי ער האט גענומען די-פיטנעס פון א דזשאב צו א ביזנעס, וויאזוי ער האט געברענגט עווערנעס צום היימישן ציבור און וויאזוי קאסטאמער סערוויס בויט זיין ברענד

42:42

עקספיריענס און סוקסעס: ר' משה ווייס - ריעל עסטעיט: רענטעלס און פיקס און פליפ

ג' ויגש פ״ו

א שמועס איבער די פיקס און פליפ און ריעל עסטעיט ביזנעס פאר די פשוט'ע יונגערמאן וואס וויל קויפן איין צו צוויי הייזער, און ווילן אינוועסטן דרייסיג טויזנט דאלער צו פארדינען דערפון

1:14:28

עקספיריענס און סוקסעס: אהמעד קאטטאק - גרינדער און אנפירער פון יו עס מאביל

ג' מקץ פ״ו

ער איז געקומען קיין אמעריקע אלץ אימיגראנט מיט עטליכע דאלער אין טאש, אבער אין די לעצטע צען יאר האט ער בעז"ה באוויזן אויפצובויען יו-עס מאביל צו א פירמע וועלכע האט מער פון א מיליאן קליענטן און $250 מיליאן דאלער אין יערליכע איינקונפטן

56:58

עקספיריענס און סוקסעס: ר' הערצקא גרינפעלד - יעלאו קאר סערוויס דיספעטשער

ו' וישב פ״ו

הערט איבער די ארבייט אלץ דיספעטשער פאר א אידישע קאר סערוויס פירמע, וויאזוי ער האט אנגעהויבן אלץ קאר סערוויס דרייווער און איז אנגעקומען אלץ דיספעטשער

41:00

עקספיריענס און סוקסעס: ר' אשר יעקב מענצער - פאפריקע דעלי

ג' וישב פ״ו

ר' אשר יעקב האט גענומען זיין טאלאנט פון קאכן און ארויפגעברענט די פאפריקע דעלי צו א פאפולערע געשעפט אין מאנסי, - הערט וויאזוי ער האט געמאכט אז זיינע קאסטומערס זאלן כסדר צוריקקקומען, וויאזוי ער האט אויפגעבויט זיין ביזנעס שטאפל ביי שטאפל ביזן סוקסעס

48:49