נגינה אינטערוויוס

דער נגינה גאסט: ר' אברהם שמואל ווידער – "א פרישן טאנץ 10" לכבוד פורים

ג' תצוה פ״ו

א שמועס מיט'ן בעל מנגן ר' אברהם שמואל ווידער, איבער די ערשיינונג פון זיין קאלעקציע אלבום "א פרישן טאנץ 10". הערט אן אינטערוויו איבער די היסטאריע פון די סעריע וואס איז געווארן א פורים-נכס-צאן-ברזל, וויאזוי מען קלייבט אויס די פרייליכסטע און פאפולערסטע ניגונים פונעם יאר

31:26

דער נגינה גאסט: בעל מנגן ר' יודי ביאלעסטאצקי – אלבום "כאילו"

מוצ״ש תרומה פ״ו

דער בארימטער בעל מנגן ר' יודי ביאלעסטאצקי איז די טעג ארויסגעקומען מיט זיין נייעם אלבום "כאילו", - הערט אן אינטערעסאנטן שמועס איבער די געבורט פונעם אלבום, דעם באדייט הינטער'ן נאמען "כאילו", און זיין ספעציעלע מהלך פון קלייבן און קנעטן ניגונים וואס רעדן צום הארץ און ברענגן שמחה

1:46:14

דער נגינה גאסט: בעל מנגן ר' ישראל ווערדיגער – 20 יאר פון נגינה

ב' תרומה פ״ו

א שמועס מיט איינעם פון די פאפולערע נעמען אין די חתונה וועלט, וועלכער פייערט יעצט 20 יאר פון משמח זיין אידישע קינדער מיט זיין באזונדערן חן. הערט אן אינטערעסאנטן בליק אויף די פארלאפענע יארן, די טוישונגען וואס די חסידישע מוזיק האט דורכגעמאכט פון ווען ער האט אנגעהויבן ביז היינט, און זיין וועג אויף ווייטער צו אנהאלטן די ריינע נגינה

1:01:22

דער נגינה גאסט: בעל מנגן ר' שימי קליין

ד' משפטים פ״ו

נאכ'ן באשיינען הונדערטער שמחות מיט זיין ווארעמע שטימע און ענערגיע, טרעט ער יעצט ארויס מיט א פרישן "סינגל". הערט א שמועס איבער זיין וועג צום מייקראפאן, און זיין בליק אויף דעם סוד פון משמח זיין אידישע קינדער מיט אן אידישן טעם

40:15

דער נגינה גאסט: בעל מנגן ר' יעקב שלמה גראס און פירער פון חסידיש קווייער ר' יואל בלומנבערג איבער די נייע אלבום "א נאכט מיט חסידיש"

ב' בשלח פ״ו

א שמועס איבער דעם פרישן אלבום "א נאכט מיט חסידיש", מיטן פירער פון חסידיש קווייער ר' יואל בלומענבערג און דער בעל מנגן ר' יעקב שלמה גראס איבער די ארבעט פון אויסקלייבן די ריכטיגע ווארעמע ניגונים, דעם ספעציעלן קאמבינאציע פון די קולות, און דעם ציל צו דערהייבן דאס אידישע הארץ דורך א נאכט פון אמת'ע נגינה

1:41:05

דער נגינה גאסט: סטודיאו אינזשעניר יאנקי שטיינמעץ

א' בא פ״ו

אלס א פרישער כח אין די וועלט פון נגינה ברענגט ער אן אינטערעסאנטע פּערספּעקטיוו צו די היינטיגע פּראָדוקציעס. הערט א שמועס איבער זיין ארבעט אלס סטודיאו אינזשעניר, וויאזוי ער איז אינוואלווד הינטער די קוליסן פון פרישע אלבומס, און אן ערנסטער בליק אויף די טעכנישע און מוזיקאלישע שריט וואס באגלייטן א ניגון ביז'ן ארויסגיין צום ציבור

1:03:16

דער נגינה גאסט: בעל מנגן ר' חיים מרדכי פייערווערגער, געווינער פון כשרונות תשפ"ו

ד' וארא פ״ו

ער האט באוויזן מיט זיין זעלטענעם טאלאנט צו באצויבערן די דזשאדזשעס און דעם עולם ביז'ן דערגרייכן דעם סאמע העכסטן שטאפל אינעם פארמעסט. הערט א שמועס איבער די געשיכטע הינטער זיין געווינער-ליד, און זיין קאריערע אין די וועלט פון נגינה.

30:38

דער נגינה גאסט: בעל מנגן ר' נתן רובין

ב' וישלח פ״ו

אן אינהאלטסרייכע אפהאנדלונג איבער זיין הערליכן אלבום "אין דיין הענט"

1:02:27

דער נגינה גאסט: בעל מנגן און בדחן ר' אברהם מרדכי שווארץ

ד' ויצא פ״ו

אן אינהאלטסרייכע אפהאנדלונג איבער זיין הערליכן אלבום "הייליגע שעפעלעך"

1:21:49

דער נגינה גאסט: בעל מנגן ר' משה קאהאן און ר' יוטצי וואלדנער

ג' תולדות פ״ו

משה קאהאן רעדט איבער זיין נייעם אלבוים "קדוש" און פארוואס איז אזוי געשמאק צו ארבעטן מיט יוטצי אלץ פראדוצירער און אראנזשירער

1:14:09