ניטל פראגראם תשפ"ד

ר' מענדל אונגער - סאמאליע ים רויבער און דראמאטישע רעטונג אקציע

מוצ״ש שמות פ״ד

הערט א שמועס דורך ר' מענדל אונגער וויאזוי א שיף קאפיטאן איז פארכאפט געווארן דורך סאמאליע ים רויבער און די דראמאטישע רעטונג אקציע

47:25

ניטל פראגראם תשפ"ד

מוצ״ש שמות פ״ד

דרוקט די פלעי קנעפל צו הערן די לייוו פראגראם

ר' פנחס גלויבער - באזוך אין דזשונגל

מוצ״ש שמות פ״ד

איבער א באזוך אין דזשונגל מיט'ן חשבון צו פאטאגראפירן אן איזולירטן שבט, וואס לעבט אפגעזונדערט ווייט פון דער מענטשהייט, וואס האט זיך פארוויקלט און פארפלאנטערט אויף א מאדנעם אופן, מיט איבערלעבענישן וואס לאזן זיך שווער מסביר זיין

1:00:08

העלט טעלעקאנפערענץ

מוצ״ש שמות פ״ד

אינפארמאציע דורך וועלט בארימטע דאקטוירים ווי אזוי צו פארמיידן מערערע שווערע געזונטהייט פראבלעמען דורך רפואה העלט צענטער

1:03:58

ר' יוסף ראזנער - חרדישער יעלאו-קעב טעקסי דרייווער אין ניו יארק סיטי

מוצ״ש שמות פ״ד

הערט א שמועס מיט אן עלטערער חרדישער איד וואס דרייווט שוין יארן א יעלאו-קעב טעקסי אין ניו יארק סיטי, און פארציילט איבער די גאנצע טעקסי אינדוסטריע מיט די מעדאליענס, אין אינטערסאנטע אנעקדאטן פונעם טאג טעגליכע לעבן זייענדיג א טעקסי דרייווער אויף די פארנומענע מאנהעטענער גאסן

44:32

ר' שלמה זייאנץ

מוצ״ש שמות פ״ד

הערט איבער זיין באזוך ביי די געהיימע ״עריע 51״ מיליטערישע באזע וואס געפונט זיך אין די נעוואדע מדבר, וואס אין יאר 2013 נאך צענדליגער יארן פון לייקענען, האט די אמעריקאנער מיליטער מודה געווען אז עס עקזיסטירט אזא מיליטערישע באזע, און איז אין שפיץ פון קאנספיראציע טעאריעס

1:08:48

הרב שמעון גאטליעב

מוצ״ש שמות פ״ד

הערט ווי אזוי ער האט זיך דריי מאל געזעגענט פון זיין פאמיליע, שוועבענדיג בין מוות לחיים, וואס האט זיך געענדיגט מיטן א פלוצלינג'דיגע לינג טראנספלענט פון אן ארעסטאנט און טעמפא פלארידא

1:00:12
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה