מוצ״ש וירא פ״ז
ה' וירא פ״ז
אידישע נייעס: העצערישע עלעמענטן האבן אויסגענוצט א פאראנטווארטליכע ווארענונג פון עסקנים איבער די בעפארשטייענדע וואלן, צו פארשפרייטן באשולדיגונגן אז עס קומען פאר וואל פעלטשערייען צווישן חרדישע אידן
א יריעה פון א ספר תורה מיט א ווייטאגליכע געשיכטע אינטער זיך, וואס לויטעט אז די נאציס ימ"ש האבן עס גענוצט אלץ איינפּאַק פאפיר, איז ערווארטעט צו ווערן אוועק געגעבן פאר אן אמעריקאנער האלאקאוסט ארגאנאזאציע • א דעטאלירטע באריכט אויף אנטיסעמיטיזעם אין טשעכיי, ווייזט וויאזוי אנטיסעמיטיזעם אין די לאנד איז דראמאטיש געשטיגן זייט די שמיני עצרת אטאקעס • די געגענט פון קרית יואל רישט זיך אויף א נייע ריזן שפילצייג געשעפטן, וואס 'טויס-פאר-יו' פלאנט צו עפענען ביי די געוועזענע 'פּאַרטי סיטי' געשעפט ביי די העכערע שטאק פון די הערימאן קאמאנס מאלל אינדרויסן פון שטעטל
ד' וירא פ״ז
אידישע נייעס: די וועד משמרת כהנים דלעיקוואוד האט געפארטיגט ארבייט אפצושניידן צווייגן פון ביימער ביי עטליכע ערטער אין די געגענטער וואו מענטשען ליגן באערדיגט
א ריכטער אין אושען קאונטי-ניו דזשורסי האט ארויס געוארפן א לאוסוט אקעגן באשטעטיגונג וואס דזשעקסאן טאונשיפ האט געגעבן פאר א פלאן אוועק צו שטעלן א ישיבה מיט א דארמיטארי ביי פרענק עפּלגעיט ראוד • ראקלענד הצלה'ס נארט דיסטריקט גרייט זיך פאר א מעמד הנחת אבן הפינה צום אויפבוי פון א נייע פערמענאנטע הויפטקווארטיר אויף לעידענטאן ראוד אין די פאמאנא געגענט צווישן ראוט 202 און נארט קעמפ היל ראוד • אל על העט באנייט נאן-סטאפ סערוויס צווישן סאן פראנציסקא אינטערנעשינאל מיט תל אביב, נאך מער ווי 6 יאר צייט פון נישט האבן סערוויס צוושן די צוויי שטעט
ג' וירא פ״ז
אידישע נייעס: דער ריפובליקאנער גאווערנער קאנדידאט ברוס בלעיקמען איז ארויס מיט א רעקלאמע פאר חרדישע אידן, אויפברענגענדיג די הייסע טעמע פון לעיקפראנט
דער ריפובליקאנער גאווערנער קאנדידאט ברוס בלעיקמען איז ארויס מיט א רעקלאמע פאר חרדישע אידן, אויפברענגענדיג די הייסע טעמע פון לעיקפראנט, די נייע אידישע געגענט אין פלארידא וואו פילע אידישע משפחות האבן זיך אנגעפאנגן ארויס ציען • איינוואוינער אין בארא פארק באקלאגן זיך איבער די 24 שעה פארשליסונג איינגעשטעלט ביי די פארנומענע אינטערסעקשאן פון די 14'ט עוועניו און 49'ט סטריט צליב קאנסטראקשן ארבייט וואס קומט דארט פאר • די ראמאפא פלענינג באורד איז ערווארטעט אויסצוהערן א פלאן צו ברענגן 10 עלעקטאריק טשארדזשינג פונקטן ביים מאנסי מאלל פארקינג לאט אויף ראוט 59 • ניו יארק סטעיט באאמטע האבן אידענטיפיצירט א מעגליכע קוואל אינטער די מיסטיריעזע גאזאלין גערוך וואס פלאגט חלקים פון ברוקלין די לעצטע שטיק צייט • שטורעמישע רעגענעס האבן זיך היינט אראפ געלאזט אויף חלקים פון דרום ארץ ישראל און צענטרעל ארץ ישראל, צווישן דעם אין די געגענט פון די שטאט אילת, וואו די הויפט אריינגאנג צום שטאט איז אין רעזולטאט בלאקירט געווארן
ב' וירא פ״ז
אידישע נייעס: פרעזידענט טראמפ האט אפיר געהאלטן אידישע וויילער וועלכע שטיצן אבדול על סאאיד, די דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט אין מישיגען
א לענגערע באריכט ערשינען ווייזט אן וויאזוי משפחות אין ארץ ישראל ווארפן ארויס הונדערטער דאלארן יעדע חודש אויף עסנווארג וואס ווערט נישט פארנוצט. די באריכט געט אן, אז א דורכשניטליכע משפחה טוט אוועק ווארפן נאנט צו א פערטל פון אלע עסן וואס זיי קויפן, וואס קומט אויס צו טויזנטער דאלארן א יאר • א באריכט ערשינען טוט אידענטיפיצירן 40 מעדיקל פראפעסיאנאלן אין ענגלאנד וועלכע האבן גענוצט זייערע פובליק סאשעל מידיא פלאטפארמעס צו פארשפרייטן אנטיסעמיטישע רעטאריק, קאנספיראציע טעראריעס אדער ווילדע רעטאריק אקעגן מדינת ישראל • קאנגרעסמאן מייק לאולער האט באזיכט די מאנסי פאסט אפיס, וואו ער האט זיך געטראפן מיט'ן לאקאלן פאסט הויפט און אנדערע איינגעשטעלטע
א' וירא פ״ז
אידישע נייעס: א גרויסע ניו יארקער צייטונג האט פארעפענטליכט א באריכט איבער דעם וואס חרדישע אידן פון די סטעיט האבן זיך אנגעפאנגן ציען צו די נייע לעיקפראנט געגענט אין פלארידא
א ספעציעלע הכרת הטוב פעקל איז אנגעקומען דעם ערב שבת פאר שולע באס דרייווער לענגאויס די מאנסי געגענט, אלץ טייל פון א גרעסערע קאמפיין אינטערגענומען ארויס צו הייבן די ארבייט פון באס דרייווער • אויטאריטען אין די דזשעקסאן געגענט נעבן לעיקוואוד ארבייטן צו קומען אויף די שפירן פון מענטשען וועלכע גייען ארום ארויף קלעבן מדינת ישראל סטיקערס אויף קאמפיין שילדן פון ריפובליקאנער קאנדידאטן • די-או-טי איינהייטן האבן היינט אינטערגענומען א גרעסערע פראיעקט אויף די 14'ט עוועניו אין בארא פארק, צו פאררעכטן א זינק-לאך וואס האט זיך געעפענט פריער אין יאר ביי 39'ט סטריט
ד' לך לך פ״ז
אידישע נייעס: הצלה מעמבערס און אנדערע וואלאנטיר פירסט רעספאנדערס לענגאויס ניו יארק גייען אין די נאנטע צוקונפט ווערן בארעכטיגט פאר א גרעסערע טעקס קרעדיט ווי ביז היינט
די סטאר-קעי כשרות ארגאנאזאציע האט פארעפענטליכט א דערמאנונג פאר מענטשען איבערצוקוקן גערשטן פאר ווערעם, אפילו אויב זיי קומען מיט א גוטע הכשר • א פעדעראלע סיוויל רייטס לאוסוט איז געווארן אריין געגעבן דורך א אידישע סטודענט פון מערילענד, וועלכע באשולדיגט אז ער איז אויסגעשטאנען אנטיסעמיטישע רדיפות און סטראשונגן ביי צוויי פובליק הויעך שולעס • בארא פארקער איינוואוינער האבן היינט געהאט א געלעגענהייט ארויס צו ווארפן אלטע סענסיטיווע דאקומענטן, ביי א שרעדינג אווענט צוגעשטעלט דורך קאנסולמאן ר' שמחה פעלדער
ב' לך לך פ״ז
אידישע נייעס: די מדינת ישראל פרעסע באריכטעט, אז די ארטיגע רעגירונג האלט זיך דערווייל ווייטער צוריק פון אוועק נעמען פובליק טראנספארטעישאן און פראפערטי-שטייער דיסקאונטס פון חרדישע אידן וועלכע שטעלן זיך נישט צום מיליטער
צוויי יוגענטליכע האָבן זיך אונטערגעגעבן פאַר די פּאָליציי אין וועטערספיעלד, קאָנעטיקוט נאָכדעם וואָס זיי זענען באַגאַנגען אַנטיסעמיטישע וואַנדאַליזם פאַר א חודש צוריק • טיילאַנדער אויטאָריטעטן האָבן אונטערגעזוכט די חב"ד שוהל און הויז אין טשיאנג מאַי, און האָבן נישט געטראָפן קיין שום פאַרלעצונגען • א ווארענונג איז געווארן ארויס געשטעלט פאר אידן לענגאויס די טריי סטעיט, זיך אכטונג צו געבן אויב מען זעט אויף אן עסן רעקלאמע די ווארט 'חלה', זאל מען נישט פארנארט ווערן אז עס האנדעלט זיך פון כשרע עסן • דער געוועזענער אמעריקאנער טרעזשארי סעקרעטערי מייק בלומענטאל, וועלכע איז אנטלאפן פון נאצי דייטשלאנד קיין שאנכאי, האט באזיכט א מוזעאום אין שאנכאי וואס טוט דאקומענטירן די געשיכטע פון אידן וועלכע זענען אהין געקומען ביים צווייטן וועלט קריג • אידישע גרופעס האבן אויסגעדרוקט ווייטאג איבער א באשלוס דורך לאקאלא באאמטע אין אַלדערני נישט צו לאזן אוועק שטעלן א האלאקאוסט געדענקמאל פלעק • טאָראָנטאָ'ס אידישע געמיינדע קאָנצענטרירט זיך שטאַרק אויף די קומענדיגע מעיאָר וואַלן וואָס גייען פארקומען אָקטאָבער 26.
א' לך לך פ״ז
אידישע נייעס: א באריכט ערשינען ווייזט אן אויף א פארמערטע צאל אידישע משפחות וועלכע לאזן איבער ענגלאנד און ציען זיך קיין אמעריקא, איבערהויפט צו די באקא ראטאן געגענט אין סאוט פלארידא
אידן די גרויסע פראנצויזישע שטעט פאריז און מארסאי זענען באטראפן געווארן פון די ווילדע פראטעסטן און אומריען וועלכע זענען נעכטן פארגעקומען אין לאנד, מיט שווערע טויזנטער מענטעשן וועלכע האבן מארשירט אויף די גאסן, צוווישן זיי צולאזטע כוליגאנעס און קרימינאלן וועלכע האבן געפלינדערט געשעפטן און אינטערגעצינדן געביידעס • די 'דזשואיש דעמאקראטיק קאנסול אוו אמעריקא' האט אינטערגענומען אן אטאקע רעקלאמע קאמפיין אין סווינג דיסטריקטס אקעגן די 'יאנג ריפובליקען' באוועגונג, איבער מיטגלידער פון די באוועגונג וועלכע האבן אויסגעלויבט היטלער ימ"ש און גענוצט אנטיסעמיטישע אויסדרוקן • א ניו יארק סיטי פובליק סקול טיטשער האט זיך געטראפן אין הייס וואסער, נאכדעם וואס עס זענען אפיר געקומען אנטיסעמישע מעסעדזשעס וואס זי האט ארויף געשעעלט אויף סאשעל מידיא