ה' ואתחנן פ״ו

ר' יחזקאל לונגער און ר' שלמה זלמן ערלאנגער

איבער די איבערלעבענישן פון קינדער און בחורים וואס גייען דורך רדיפות און פייניגונגען פון ארומיגע, אן אינטערוויו מיט א איד וועלכער פארציילט זיין ביטערן ערפארונג אלס קינד זייענדיג אליינס א קרבן פון ווערן געטשעפעט אין די אינגע יארן

הרב מאיר שלום גערטנער און הרב דוד קארנהויזער

זייער טעגליכע עבודת הקודש ביים עוסק זיין בחסד של אמת, מיט עפיזאדן וואו מען זעט אויג-צו-אויג די השגחה עליונה אינמיטן די שווערסטע מאָמענטן, און וויאזוי די טאג טעגליכע איבערלעבענישן ביים בית החיים זענען מעורר דעם מענטש צו חשבון הנפש און תיקון המעשים

ר' שמעון יואל קליין

די טראגישע געשיכטע פון ר' לוי מרחבי, וועלכער איז פארכאפט אונטער שרעקליכע אומשטענדן אין די הוטי געפענגעניש אין תימן, כאטש וואס דער ריכטער האט אים גענצליך באפרייט, אלס נקמה אז א גרופע אידן - אן קיין שייכות מיט אים - האבן באוויזן ארויסצושמוגלען א היסטארישע ספר תורה פון לאנד

ר' פנחס לייפער

א שמועס איבער א איד וואס איז אריינגעפאלן אין צווייפלהאפטיגע געשעפטן און זיך פארפלאנטערט מיט שעדליכע עלעמענטן, און נאך די פייניגונגען, מיט אומגעהויערע אוממענטשליכע דרוק האט זיך עס געענדיגט מיט א גרויסע טראגעדיע ווען ער האט געצאלט מיטן טייערסטע פרייז מעגליך

ר' יואל מייזעלס און ר' חנני' שפיצער

אינטערוויוס מיט אידן וואס זענען אדורך די צער און מיטמאכעניש פון פארלירן זייער פרנסה, און זיך געדארפט ספראווען מיט די שווערע קאנסעקווענצן פון א פאראליזירטן פינאנציעלן מצב, פון דעם ערשטן קלאפ ווען דאס געשעפט אדער די דזשאב איז אוועקגעפאלן, ביז די טעגליכע שוועריגקייטן און מיטמאכענישן

ר' מענדל אונגאר

איבער די שרעקליכע עקספּערימענטן וואָס די נאַציס ימ"ש האָבן דורכגעפירט אויף אונזערע ברידער און שוועסטער אין די קאָנצענטראַציע לאַגערן, און די ביטערע פייניגונגען אנגעפירט דורך דאקטער מענגעלע ימ"ש

ר' מענדל אונגאר

איבער א איד וואס איז אפגעזעסן אין א שווערע טורמע, ווי ער איז געווען א קרבן פון רדיפות און שנאה דורך ארעסטאנטן וואס האבן אים דערקוטשעט פארן חטא פון זיין א איד, און וויאזוי דער אידישער פינק האט זיך נישט אויסגעלאשן אפילו צווישן די אכזריות'דיגע ווענט פון טורמע

ר' אהרן יצחק שוועבל

ווי אזוי ער איז דערביי געווען אלס קינד ווען זיין טאטע איז געוואויר געווארן לאנגע 15 יאר נאכן קריג אז זיין טאטע הגאון רבי אשר שוועבל ז"ל פון נייטרא ישיבה האט יא איבערגעלעבן די קריג, - די רירענדע באגעגעניש אין מאונט קיסקאו ווען דער טאטע ווערט געוואויר אז ער איז נישט געבליבן קינדערלאז, נאכדעם וואס זיין זון האט שוין געזאגט קדיש, געבליבן ביי יזכור, און געהאלטן די יארצייט פון זיין לעבעדיגן טאטן

ר' איציק גאלדבערג

די טרויעריגע מארד פון זיין טאטע ע"ה ווען פארברעכער זענען איבערגעפאַלן זיין אפיס אינעם אנטווערפענער דיאמאנטן בערזע מיט 38 יאר צוריק און ברוטאל אומגעברענגט, זיין דורכגאנג אויפוואקסנדיג אלץ א יתום, און די צייט וואס ער האט זיך פערצופאל געטראפן פנים על פנים מיט זיין טאטנס מערדער

ר' בנימין ווידערמאַן און ר' יודי הערצבערג

א ווייטאגליכער שמועס מיט צוויי חשוב'ע שכינים, ר' בנימין ווידערמאַן און ר' יודי הערצבערג, וועלכע זענען דורך א שווערע איבערלעבעניש, ווען א שכן האָט בטעות אראפגעקלאפט דעם צווייטן'ס קליין קינד וועלכע איד ל"ע אומגעקומען, און אַנשטאָט צו לאָזן דעם שווערן קלאַפּ און שולד-געפילן צערייסן די ידידות און אָנזייען יאוש, האָבן די צוויי אידן באַשלאָסן זיך צו פאראייניגן און אנפירן א מיסיע צו פאַרמערן שלום און אחדות צווישן אידישע קינדער לעילוי נשמת הילדה שיינדל בת חיים יהודה לייב ע"ה

ר' אברהם האלפערין, ר' אליעזר (אלי) פריעדמאן און ר' פנחס שפיצער

אן אהבת חינם פאנעל דורך ר' דוד וועבער מיט דריי חשובע אידן וועלכע זענען העפטיג עוסק אין ברענגען שלום און אחדות צווישן אידישע קינדער, - ר' אברהם האלפערין וואס עפענט זיין הארץ און פארציילט איבער זיין אייגנארטיגן סדר יעדער נאכט איידער ער לייגט זיך, ר' אליעזר (אלי) פריעדמאן טיילט מיט די אינערליכע סודות וויאזוי ער באווייזט צו משכנע זיין צעקריגטע אידן צו מאכן שלום, און ר' פנחס שפיצער גיבט ארויס דעטאלן פון זיין בארימטן "5:45 פורים נאכמיטאג" איבערבעטן פראיעקט, וואס האט שוין אויסגעוואשן פילע אנגעווייטאגטע הערצער

ר' מאיר אדלער

ר' מאיר גייט צוריק צו די ביטערע טראַגעדיע וואָס האָט אים באַטראָפן אין זיין יוגנט, ווען זיין 36-יעריגער טאַטע איז ל"ע אומגעקומען אין א טראגישן קאר עקסידענט פארענט פון א באנגעלאו קאלאני נעבן קרית יואל, און צעלייגט די שווערע פיינפולע יאָרן פון זיך ספּראַווען מיט אַן עלענדע יתמות זייענדיג אַ 15 יעריגער בנן של קדושים

ר' פיני רובינשטיין, ר' יאיר וויינשטאק, ר' לייבוש ליש, ר' משה רובינשטיין און ר' מתתיהו גרין

שמועסן מיט באַרימטע בעלי מספרים, וועלכע צעלייגן זייערע מערסט דראַמאַטישע, טרויעריגסטע און שרעקליכסטע מעשיות וואָס האט זיי פערזענליך בארירט פון מסירות נפש אין די שווערסטע מאָמענטן פון גלות, אָנגעפילט מיט אמונה און חיזוק

שבר על שבר אינטערוויוס

אינטערוויוס מיט אידן וועלכע האבן ליידער צוגעזען דאס ארגסטע ווען זיי האבן פארלוירן א נאנטן פאמיליע מיטגליד, און נאך איידער זיי האבן זיך בכלל געקענט בארואיגן פונעם ערשטן שרעקליכן קלאפ, האבן זיי זיך פלוצלינג געפונען אין א שווערן קאמף מיט אן אומבאקאנטע שרעק פאר זייער אייגענעם לעבן, זיך ספראווענדיג מיט ערנסטע געזונט קאמפליקאציעס

הרב פנחס ברייער

די עכטע שוועריגקייטן וואָס אידן מאַכן מיט טעגליך אויף טריט און שריט, די היינטיגע קמצא בר קמצא, און די טאָג-טעגליכן קאַמף צו האַלטן די אידישע שטוב אָנגעוואַרעמט מיט אמונה, צו בלייבן שטארק אינעם היינטיגן גלות

הרב שאול קליין

א שמועס איבער די פינצטערע טעג פון אונגאַרישן אידנטום, וויאזוי די נאַצישע חיות האָבן פארטיליגט די בליענדע אידישע קהילות איבער גאַנץ אונגאַרן, די מסירות נפש פון די קדושים הי"ד ביז די לעצטע מינוט, פול מיט היסטארישע אויפדעקונגען און רייכע עדות'שאַפטן איבער דעם שרעקליכן חורבן אונגארן

הרב משה דוועק שליט"א

פרישע אויפדעקונגען פון היסטאָרישע דאָקומענטן איבער די שרעקליכע שחיטות און גזירות וואָס די ספרדישע אידנטום זענען דורכגעגאַנגען, די יסורים פון די אידן וואס האָבן זיך מוסר נפש געווען על קידוש השם, מיט אן אריינבליק אין די פינצטערע אקציעס פון די אינקוויזיציע, און די אומגלויבליכע פייניגונגען אויף די קדושים

הרב חנא פריעדמאן - חלק ב'

הרב חנא פריעדמאן טיילט מיט שרעקליכע עפיזאדן און אומגלויבליכע סיפורים וואס ער האט געהערט פערזענליך פון די מיטגעמאכטע, איבער די פייניגונגען וואס אידן זענען דורכגעגאנגען אין די נאצישע לאגערן, די מסירות נפש און אמונה וואס האט זיי געהאלטן ביים לעבן אין די טונקעלסטע זמנים, און די געוואלדיגע השגחה פרטית וויאזוי פילע אידן זענען אויף א פלא'דיגן אופן ניצל געווארן פון דעם ביטערן גהינום

הרב חנא פריעדמאן - חלק א'

הרב חנא פריעדמאן טיילט מיט שרעקליכע עפיזאדן און אומגלויבליכע סיפורים וואס ער האט געהערט פערזענליך פון די מיטגעמאכטע, איבער די פייניגונגען וואס אידן זענען דורכגעגאנגען אין די נאצישע לאגערן, די מסירות נפש און אמונה וואס האט זיי געהאלטן ביים לעבן אין די טונקעלסטע זמנים, און די געוואלדיגע השגחה פרטית וויאזוי פילע אידן זענען אויף א פלא'דיגן אופן ניצל געווארן פון דעם ביטערן גהינום

ד' ואתחנן פ״ו

הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיצער שליט"א ר"י תורת צבי ספינקא

איבער די טיפקייט פון די אבלות ווען מען זיצט אויף דער ערד און מען באַוויינט דעם חורבן הבית, און דעם ביטערן פאַקט פון דעם "חורבן בזמן הזה" – די פילע צרות, יסורים און הסתרת פנים וואָס אונזער דור גייט דורך אין טאג טעגליכן לעבן