אידישע נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.

א' לך לך פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

מוצ״ש נח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

ו' נח פ״ז

אידישע נייעס: א נאצי-גערויבטע מאלעריי, וואס איז עטליכע יאר צוריק געווארן צוריק געקערט פאר אידישע יורשים, האט זיך פארקויפט פאר מער ווי 42 מיליאן דאלאר

די ניו יארק סיטי בילדינגס דיפארטמענט גייט קומען דעם זינטאג קיין בארא פארק, פאר א פולע טאג פון איינס-צו-איינס סערוויסעס, געצילט צו העלפן לאקאלא פראפערטי איינער שליכטן איינגעלעגענהייטן • אין די היסטארישע שטאט פּאַז אין מאראקא, איז אפעציעל געעפנט געווארן א נייע "מוזעאום פאר אידישער-מאראקאנער קולטור", אן אינסטיטוציע געווידמעט צו היטן און פאראייביגן די הונדערטער יארן פון אידישע היסטאריע אין לאנד • די פאליציי אין די שטאט ספּליט אין קראאטיע האט ארעסטירט ווייניגסטנס צוועלף ווילדע שטיצער פון א שפיל גרופע, נאכדעם וואס זיי האבן אפגעהאלטן אן אנטיסעמיטישע ראלי, זיך געשלאגן מיט די פאליציי, און איבערגעהאקט א שפיל פארמעסט

ה' נח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: אמעריקאנער אויספארשער ארבייטן צו דערגיין ווער עס איז געשטאנען אינטער א צאל באמבע סטראשונגן די לעצטע וואך צייט אויף אידישע שולעס איבער אמעריקא

פרעזידענט טראמפ האט געגעבן א פון-פאראויס רעקארדירטע מעסעדזש פאר א אידישע צענטער אין מישיגען, דורכאויס אן אווענט אהער געשטעלט דורך ליא טערעל, די פארזיצער פון זיין אנטיסעמיטיזעם טעסק פארס • די הדסה שפיטאל פון ארץ ישראל האט געעפענט א צענטער אין די שטאט לימסול אין סייפרוס וואס טראגט אויף זיך די זעלבע נאמען • א פרישע באריכט ערשינען ווייזט אז אנליין אנטיסעמיטיזעם שטייט ווייטער ביי רעקארד שטאפלן

ד' נח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: א לאנג-יעריגע רעסטוראנט אין ניו דזשורסי שטייט אויס א געלט שטראף פון טויזנט דאלאר, פאר'ן ארויס שטעלן כשרע טערמינען אויף איר מעניו טראץ דעם וואס די עסנווארג דארט איז נישט דירעקט כשר

א מיסטיריעזע גאזאלין גערוך איז היינט געשפירט געווארן אין חלקים פון ברוקלין, אריין גערעכענט די שיפּסהעד בעי געגענט. די פייער דיפארטמענט האט אינטערגעזיכט א צאל גאזאלין סטאנציעס צו זען אויב עס קומט פון דארט, אבער האט נישט געפונען קיין שום ליעק • די בריק געגענט נעבן לעיקוואוד גרייט זיך פאר איר ערשטע טאון-ווייד פראפערטי איבערשאצונג אין נאנט צו 20 יאר צייט • אין געציילטע טעג ארום גייט די פרייז אויף די ניו יארק סיטי פערי סיסטעם ארויף גיין פון 4-א-האלב דאלאר א וועג צו 5 דאלאר א וועג • די פאליציי טשיף פון די דזשעקסאן געגענט גייט ריטייערן פון אמט, ווייניגער ווי א יאר נאכ'ן ווערן אויפגענומען

ג' נח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: פרישע סטאטיסטיקס ארויס געקומען ווייזן, אז אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין ענגלאנד און אין וועילס זענען געשטיגן מיט 10 פראצענט

ניו יארק סיטי'ס פלאן אראפ צו נעמען טויזנטער פראכט דעליוועריס פון די שטאטישע גאסן צום וואסער האט גענומען א קליינע-אבער-וויכטיגע טריט פאראויס, ווען א שיף האט געאנקערט אין די בראנקס אויפצונעמען 800 פונט פרוכט און גריצייג • קאנגרעסמאן פעט ראיאן האט באזיכט די סאוט בלומינגראוו געגענט ארום קרית יואל, צו באטראכטן פון דערנאנט די אויפבליענדע געגענט • ניו יארק סטעיט 'די-אי-סי' באאמטע זאגן, אז זיי קענען דערווייל נישט דערגיין די אורזאך פון א מיסטיריעזע גאזאלין גערוך אדער עפעס ענליכס וואס קומט ארויס פון אפלויף ערטער אין מאנסי

ב' נח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: א אידישע ארבייטער ביים הארווערד אוניוועריסטעט האט אריין געגעבן א געריכט לאוסוט איבער דעם וואס מען האט אים פארשיקט, נאכ'ן נעמען אורלויב פאר יו"ט ראש השנה

די קאנאדישע רעגירונג האט פארעפענטליכט אן אומצענזורירטע ווערסיע פון א 1986 באריכט, וואס דעקט אויף דעטאלן איבער אמעריקאנער קאלטע קריג יארן שפיאנאזש אפאראציעס וועלכע האבן געהאלפן מענטשען מיט א נאצי היסטאריע אריין קומען קיין קאנאדא • די מאנמאוט מעדיקל סענטער סאדערן קעמפוס אין לעיקוואוד שטייט אויס א מעלגיכע סטרייק, נאכדעם וואס נורסעס ביי די שפיטאל האבן אפגעווארפן א לעצטיגע קאנטראקט אנבאט. די געראנגל טוט אויך אפעקטירן נורסעס ביים ביהעיווערעל העלטה סענטער פון 'אר-דאבליו-דזשעי-בארנאבעס' וואס געפונט זיך אין די דערנעבענדיגע טאמס ריווער געגענט

א' נח פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: א ספעציעלע ריבאן-קאטינג צערעמאניע איז פארגעקומען ביים בית ישראל שפיטאל אין נוארק-ניו דזשורסי, צום עפענונג פון א הערליכע חסד שטוב אין די שפיטאל

עסקנים אין לעיקוואוד האבן ארויס געשטעלט א דערמאנונג איבער די וויכטיגקייט פון האבן באשטימטע פראטאקאלן ווען אפיצירן קומען אינטערזיכן א שול אד"ג, נאך אן אינצידענט מיט 'אייס' אגענטן וועלכע האבן נאכגעפאלגט א פיסגייער אריין אין א שול • א 300-מעטער שטרעקע פון אן אקיודאקט אין ירושלים, וואס איז אריגינעל געבויט געווארן אין צייט פון די חשמונאים, איז געפונען געווארן נעבן די רמת רחל געגענט נישט ווייט פון ירושלים • א ספעציעלע ריבאן-קאטינג צערעמאניע איז פארגעקומען ביים בית ישראל שפיטאל אין ניוארק-ניו דזשורסי, צום עפענונג פון א הערליכע חסד שטוב אין די שפיטאל

מוצ״ש בראשית פ״ז

אידישע נייעס: צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן איז געווארן אוועק געשטעלט א נייע בית החיים אין די לעיקוואוד געגענט, צו סערווירן די פארמערטע צאל אידישע איינוואוינער אין די ראיאן

די ניו דזשורסי אפיס פון אגודת ישראל האט אינטערגענומען א קאמפיין ביי אידן אין ניו דזשורסי, אז זיי זאלן זיך פארבינדן מיט די אפיס פון גאווערנער שעריל צו לייגן דרוק אז די סטעיט זאל זיך אנשליסן אין די 'פעדערעל סקאלערשיפ טעקס קרעדיט' פראגראם • ניו דזשורסי באאמטע באריכטן ווייטער א שארפע העכערונג אין די צאל אי-סקוטער פארוואונדעטע, אפאלירענדיג צו מענטשען אז מען זאל זיין זייער פארזיכטיג דערמיט • די וועד העירוב דמאנסי האט ווידעראמאל געהאט א פארנומענע וואך, מיט ארבייט צו פאררעכטן פארשידענע ערטער וואס זענען געשעדיגט געווארן

ו' בראשית פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

ה' בראשית פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

ד' בראשית פ״ז

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס

אידישע נייעס: מיט צופרידענהייט האבן חסידי סקולען אויפגענומען די בשורה, איבער נייע בית החיים אוועק געשטעלט הארט נאנט צום וויזניצא ביה"ח אין מאנסי וואו עס ליגן באערדיגט אדמורי סקולען זי"ע

צענדליגער ערוועלטע באאמטע פון איבער ראקלענד קאונטי האבן פארעפענטליכט א געמיינזאמע בריוו אין וואס זיי אפאלירן צו איינוואוינער ארויס צו קומען שטימען ביי די בעפארשטייענדע וואלן • ראקלענד קאונטי ביקור חולים האט אפגעשיקט א ווארעמהארציגע דאנק פאר גאווערנער האוקול און אירע מענטשען, איבער דעם וואס זיי האבן געזען אז אידן ביים העלען העיס שפיטאל זאלן האבן זייערע אקאמאדירונגן דורכאויס יו"ט סוכות • די פאסט אגענטור האט אנגעפאנגן ערזעצן די לאנג-יעריגע גרינע פאסט באקסעס וואס מען זעט ביי פארשידענע ווינקלן אין וויליאמסבורג

ג' בראשית פ״ז

אידישע נייעס: ציפערן ערשינען ווייזן, אז זייט די שרעקליכע שמיני עצרת אטאקעס, האבן טויזנטער אידישע משפחות אין ניו יארק ארויס גענומען זייערע קינדער פון פובליק סקולס, און זיי אריין געשטעלט אין אידישע מוסדות

ציפערן ערשינען ווייזן, אז זייט די שרעקליכע שמיני עצרת אטאקעס, האבן טויזנטער אידישע משפחות אין ניו יארק ארויס גענומען זייערע קינדער פון פובליק סקולס, און זיי אריין געשטעלט אין אידישע מוסדות • די ראמאפא פאליציי דיפארטמענט האט ערהאלטן א נאציאנאלא אנערקענונג פאר איר אויסגעברייטערטע דראון פראגראם וואס טוט ארויס העלפן אפיצירן ביי אמערדזשענסי סצענעס • סעמאוע'ס פרעמיער מיניסטער לאַאָולי שמיד האט זיך אנטשולדיגט, נאכדעם וואס עס איז ארויס געקומען א רעקארדירונג פון 19 יאר צוריק, אין וואס ער זאגט הייל היטלער און מאכט א נאצי סאלוט • באאמטע פון ניו דזשורסי און אנדערע געגענטער זענען ארויס געקומען מיט א רוף צו מענטשען, אז זיי זאלן זען גוט צו פארזיכערן די מיסט וואס זיי שטעלן ארויס, כדי די מיסט זאל נישט אהין שלעפן בערן

אידישע נייעס

און קרישקעלעך - יושע ווייס