אלגעמיינע נייעס

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

אלגעמיינע נייעס

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' תולדות פ״ז

סך הכל פון די נייעס: היינט דינסטאָג האָבן זיך פאָרשטייער פון אוקראַינע און רוסלאַנד געטראָפן צום ערשטן מאָל אין 9 חדשים, אַלס טייל פון א באַנייטע אַמעריקאַנער אונטערנעמונג צו ברענגען א שלום אָפּמאַך און ענדיגן די מלחמה

קוועלער זאָגן אַז די רוסישע רעגירונג האָט אַרויסגעשטעלט א פאַרלאַנג אַז די אָנגייענדיגע נייע געשפּרעכן אין אַבו דאַבי צווישן רוסלאַנד און אוקראַינע, זאָל אויך אַדרעסירן די זאָרגן צווישן רוסלאַנד און אייראָפּע • גלאָבאַלע אויל פּרייזן זענען היינט געפאַלן צום נידריגסטן אָרט פון די לעצטע צוויי חדשים, נאָכדעם וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט געלאָזט הערן אַז אַמעריקע וועט מעגליך נישט אַטאַקירן איראַן נאָכאַמאָל • פאַרטיידיקונגס סעקרעטאַר פּיטער העגסעט האָט היינט גאָר שאַרף אַראָפּגעריסן און געלייקנט די באַשולדיגונגען קעגן אים, וואָס איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן ביי אימפּיטשמענט קלאַגעס • רעפּובליקאַנער אין קאָנגרעס האָבן היינט געשטימט אין א ספּעציעלע פאַרמאַכטע עלעקשאָן, צו ערוועלן די נייע פירער פאַר קאָנגרעס און סענאַט פאַר נעקסטע יאָר • אין איינס פון די צוויי לעצט-פאַרבליבענע סענאַט פאַרמעסטן וואָס זענען נאָכנישט דערקלערט געוואָרן א געווינער, האָט דער מיסיסיפּי דעמאָקראַטישער סענאַט קאַנדידאַט סקאַט קאלאם ווייטער די אויבערהאַנט • דער ניו יאָרק סיטי מעיאָר זאראן מאמדאני האָט אונטערגעשריבן א נייע געזעץ, וואָס וועט געבן פאַר געוויסע נאַנפּראַפיט אָרגאַניזאַציעס די ערשטע שאַנס צו קויפן רעזידענשל געביידעס אין ניו יאָרק

ב' תולדות פ״ז

סך הכל פון די נייעס: צוויי מענטשן זענען היינט ארעסטירט געווארן ביי צוויי באזונדערע אינצידענטן נעבן דעם ווייסן הויז, וואס האט געברענגט צו א גרויסע פאליצייאישע אנוועזנהייט אין די געגנט

פרעזידענט טראמפ האט זך געטראפן מיט'ן פרעמיער מיניסטער פון קאטאר, אין א פרישע פרואוו צו דערגרייכן אן אפמאך מיט איראן, וואס קען ברענגען די אנגייענדע מלחמה צו אן ענדע • די כינעזער רעגירונג האט געמאלדן אז זי וועט דערווייל ווייטער ערלויבן עקספארט פון זעלטענע מינעראלן, וועלכע זענען גאר וויכטיג פאר די אמעריקאנער טעכנאלאגיע אינדוסטריע • די אויסערן מיניסטארן פון די זיבן גרויסע לענדער קומען זיך צוזאם אין פאריז, וואו זיי וועלן צווישן אנדערע באהאנדלען די פאליטישע צושטאנד אין אמעריקע, נאך די שווערע רעפובליקאנער פארלוסטן ביי די קאנגרעס וואלן • פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אין א פרישע אינטערוויו אנערקענט אז זיין שטרענגע פאליסיס קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן איז מעגליך געווען צו שארף, און האט געשאדט די רעפובליקאנער ביי די קאנגרעס וואלן • נאך א הויכראנגיקער באאמטער אינעם פעדעראלן יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז ער טרעט אפ פון זיין אמט, אין דער צייט וואס עטליכע הויפט באאמטע האבן אין די לעצטע טעג פארלאזט זייערע פאזיציעס • מעיאר מאמדאני האט געמאלדן א נייעם פלאן צו פארבעסערן די צוגרייטונגען פון ניו יארק סיטי פאר שווערע שניי שטורעמעס און די קאלטע ווינטער טעג

א' תולדות פ״ז

סך הכל פון די נייעס: דער דעמאקראטישער קאנגרעס פירער האקים דזשעפריס האט זונטאג דערקלערט אז ער שטיצט א פארשלאג צו אימפיטשן דעם אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר פיט העגסעט

פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט זונטאג דערקלערט אז ער וועט ווארשיינליך נישט פארארדענען פרישע מיליטערישע אטאקעס קעגן איראן, אויב די אנגייענדע געשפרעכן צו ענדיגן די מלחמה וועלן ברענגען רעזולטאטן • די זאפאריזשיע נוקלעארע קראפט סטאנציע אין אוקראינע איז זונטאג געבליבן אן עלעקטריציטעט פון דרויסן, וואס האט געצוואונגען די ארבעטער אנצושטעלן די עמורדזשענסי דזשענערעיטארס • אמווייניגסטנס 7 זענען אומגעקומען און 112 זענען פארוואונדעט געווארן זונטאג, ווען צוויי פאסאזשיר באנען האבן זיך צוזאמגעשטויסן אין עגיפטן, ארום 47 מייל דרום פון דער הויפטשטאט קאירא • פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט זונטאג ארויסגעטרעטן מיט פרישע שארפע קריטיק קעגן די רעזולטאטן פון די קאנגרעס וואלן, זאגנדיג אז אמעריקע האט דערמיט גענומען א גרויסן טריט צוריק • דער דעמאקראטישער קאנגרעס פירער האקים דזשעפריס האט זונטאג דערקלערט אז ער שטיצט א פארשלאג צו אימפיטשן דעם אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר פיט העגסעט, צוליב זיין ראלע אין דער מלחמה קעגן איראן • די דעמאקראטן האבן ביי די וואלן פאָריגע וואָך געוואונען די אטוירני דזשענעראל פארמעסטן אין טעקסאס, אהייא, דזשארדזשיע, אייאווע און קענסאס, איבערנעמענדיג פינף אמטן וואס זענען ביז יעצט געווען אין רעפובליקאנער הענט • די ניו יארק סיטי בילדונגס דעפארטמענט האט פארגעשלאגן צו פארמאכן צוויי פובליק שולעס אין הארלעם ביים ענדע פון די סקול יאר, צוליב די שטארק געפאלענע צאל סטודענטן

ה' חיי שרה פ״ז

סך הכל פון די נייעס: די ניו יאָרק סיטי אויטאָריטעטן האָבן אונטערגענומען פרישע ענפאָרסמענט אַקציעס קעגן גאַסן פאַרקויפער, טראָץ פריערדיגע צוזאָגן פון מעיאָר מאַמדאַני צו שטיצן די פאַרקויפער

די צאָל טויטע פון אַ רוסישע באָמבאַרדירונג אויף אַ צענטער וואו ציווילע האָבן באַקומען הילף, אין די אוקראַינישע זאַפּאָריזשיע געגנט, איז דאנערשטאג געשטיגן צו 42, לויט די אוקראַינישע פּאָליציי • אַ פרישע כוואַליע פון באָמבע סטראשונגען קעגן פּאַסאַזשיר פליגער האָט דאנערשטאג געברענגט ערנסטע שטערונגען אין עטליכע אייראָפּעאישע לענדער, ווען פליגער האָבן געמוזט טוישן זייערע רוטס און לאַנדן אין אַנדערע לופטפעלדער • צפון קאָרעא האָט דורכגעפירט פרישע טעסטס פון אַן אַנטי-עירקרעפט מיסיל סיסטעם, און אָפּגעהאַלטן מיליטערישע איבונגען מיט קרוז מיסילס, לויט אַ מעלדונג פון די רעגירונג-קאָנטראָלירטע נייעס אַגענטור • די דעמאָקראַטן גרייטן זיך צו עפענען ברייטע קאָנגרעסיאָנעלע אויספאָרשונגען קעגן פּרעזידענט טראָמפּ'ס אַדמיניסטראַציע און די ביזנעס-געשעפטן פון זיין פאַמיליע, נאָכ'ן געווינען קאָנטראָל איבער ביידע הייזער פון קאָנגרעס • די סענאַט און גאָווערנאָר וואלן אין אַלאַסקאַ זענען דאנערשטאָג נאָך אַלץ נישט באַשלאָסן, בשעת די אויטאָריטעטן וואַרטן אויף נאָך שטימען וואָס זענען דערווייל נישט געציילט געוואָרן • די גרויסע אַמעריקאַנער מיליטערישע פאַרטיידיגונגס פירמע "לאָקהיד מאַרטין" האָט מסכים געווען צו צאָלן 29.5 מיליאָן דאָלאַר, צו שליכטן פעדעראַלע באַשולדיגונגען אַז זי האָט דיסקרימינירט קעגן ווייסע אַרבעטער

ד' חיי שרה פ״ז

סך הכל פון די נייעס: די אייראָפּעאישע יוניאָן האָט געוואָרנט אַז אוקראַינע מוז פאַרשנעלערן אירע אינערליכע רעפאָרם, אויב זי וויל דערגרייכן איר ציל צו ווערן אַ פולשטענדיגער מיטגליד אינעם יוניאָן

צפון קאָרעא האָט דערקלערט אַז זי שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון פרישע געשפּרעכן מיט די פאַראייניגטע שטאַטן, טראָץ די ווייטערדיגע אַנגסט צווישן ביידע לענדער • דער קרעמלין האָט באַשטעטיגט אַז רוסלאַנד, אוקראַינע און אַמעריקע וועלן קומענדיגע וואָך אָפּהאַלטן אַ פרישע רונדע פון דריי-זייטיגע שלום-געשפּרעכן אין אַבו דאַבי • די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי האָט דערגרייכט אַ דראַמאַטישע זיג אין די מידטוירם וואלן, איבערנעמענדיג קאָנטראָל סיי פונעם סענאַט און סיי פונעם קאָנגרעס • די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי האָט אויך דערגרייכט איבערראַשנדע זיגן אין עטליכע געווענליך-רעפּובליקאַנער סטעיטס, אַריינגערעכנט די גאָווערנאָר וואלן אין טעקסאַס, קענסאַס און סאַוט קעראָליינע • דער רעפּובליקאַנער קאָנגרעס ספּיקער, מייק דזשאַנסאָן, ווערט ערוואַרטעט אָפּצוטרעטן פון זיין פירערשאַפטס-פּאָזיציע, נאָכדעם וואָס זיין פּאַרטיי האָט פאַרלוירן קאָנטראָל איבער קאָנגרעס • די אַמטירנדע ניו יאָרק גאָווערנאָר האָקול האָט געווינען אַ פרישן טערמין, נאָכ'ן באַזיגן דעם רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט ברוס בלעיקמאַן אין די דינסטאָג וואלן

ב' חיי שרה פ״ז

סך הכל פון די נייעס: איראַן האָט געמאָלדן אַז די געשפּרעכן איבער אַן אָפּמאַך מיט אַמעריקע גייען ווייטער אָן, טראץ דעם וואס די איראַנער דעלעגאַציע האָט פאַרלאָזט קאַטאַר אָן דערגרייכן קיין דורכברוך

די אוקראַינישע רעגירונג האָט באַשולדיגט רוסלאַנד אין אויסנוצן די זעלטענע פייער אָפּשטעל אין די רוסיש־קאָנטראָלירטע שטאָט אָלעשקי, צו פאַרשטאַרקן אירע מיליטערישע פּאָזיציעס און אַריינברענגען פרישע זעלנער און עקוויפּמענט אין די געגנט • די אַראַבישע לענדער אינעם פּערסישן גאָלף האָבן אויסגעדריקט זאָרגן איבער פּרעזידענט טראָמפּ'ס וואָרענונגען פון מעגליכע אַטאַקעס אויף איראַן • די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האָט זיך געוואָנדן צום סופּרים קאָורט מיט א פאַרלאַנג אָפּצוהאַלטן קאַליפאָרניע פון ציילן מער ווי 20,000 פּאָסט בעלאָטס ביי די מארגנדיגע וואַלן • די דעמאָקראַטישע קאָנגרעספרוי סטיווענס פון מישיגען האָט אַרויסגערופן גרויסע פּאָליטישע אויפרעגונג, נאָכדעם וואָס זי האָט זיך אָפיציעל געשטעלט אין שטיצע פונעם רעפּובליקאַנער סענאַט קאַנדידאַט מייק ראַדזשערס • די יוסטיץ דעפּאַרטמענט האָט פאַרשטאַרקט אירע וואַל אויספאָרשונגען און געריכטליכע שריט אין עטליכע סטעיטס, אין אַן אומגעווענליכן שריט בלויז איין טאָג בעפאָר די קאָנגרעס וואַלן • ניו יאָרק סיטי מעיאָר זאראן מאמדאני האָט געוואָרנט די פעדעראַלע אימיגראַציע אַגענטור אייס אַז די סיטי וועט נעמען געריכטליכע שריט אויב אַגענטן וועלן ווייטער נוצן סיטי פּאַרקינג לאַטס פאַר אימיגראַציע אפּעראַציעס אָן ערלויבעניש

א' חיי שרה פ״ז

סך הכל פון די נייעס: איראַנער דיפּלאָמאַטן האָבן היינט פאָרגעזעצט זייערע געשפּרעכן אין קאַטאַר, אין א פרישע פּרואוו צו דערגרייכן אַן אָפּמאַך מיט אַמעריקע איבער ענדיגן די מלחמה

אייראָפּעאישע באַאַמטע האָבן אויסגעדריקט האָפענונג אַז די לאָקאַלע פייער אָפּשטעל אין די רוסיש־קאָנטראָלירטע אוקראַינישע שטאָט אָלעשקי וועט העלפן ברענגען ברייטערע שלום געשפּרעכן צווישן רוסלאַנד און אוקראַינע • פּרעזידענט טראָמפּ האָט באנייט זיין וואָרענונג אַז אַמעריקע קען דורכפירן פרישע מיליטערישע אַטאַקעס אויף איראַן, זאָגנדיג אַז עס זענען נאָך פאַראַן איינס אָדער צוויי וויכטיגע צילן וואָס די אַמעריקאַנער מיליטער דאַרף אַטאַקירן • פּרעזידענט טראָמפּ וועט היינט קאַמפּיינען אין אייאווע און קענסאַס, בלויז צוויי טעג בעפאָר די נאָוועמבער וואַלן, וואו די רעפּובליקאַנער פרובירן אָנהאַלטן זייערע מערהייטן אין ביידע הייזער פון קאָנגרעס • די ווייסע הויז האָט שוין אויסגעאַרבעט א סעריע פּלענער וויאַזוי פּרעזידענט טראָמפּ וועט קענען פאָרזעצן דורכפירן זיינע פּאליסיס אויב די דעמאָקראַטן נעמען איבער קאָנטראָל פון קאָנגרעס • די רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטן האָבן היינט פאַרשטאַרקט זייערע לעצטע וואַל קאַמפּיינס אין טעקסאַס און מישיגען, וואו צוויי וויכטיגע סענאַט פאַרמעסטן שטייען אין צענטער פון די אָנשטרענגונגען איבער קאָנטראָל פון קאָנגרעס • ניו יאָרק סיטי מעיאָר זאראן מאמדאני האָט געמאָלדן אַז פּרעזידענט טראָמפּ האָט מסכים געווען צו געבן אַן אַמעריקאַנער וויזע פאַר די מוטער פון א פופצן יעריגן וועלכער איז אומגעקומען ביי א שיסעריי אינעם בראָנקס

ו' וירא פ״ז

סך הכל פון די נייעס: פּרעזידענט טראָמפּ האָט דערקלערט אַז ער גלייבט די מלחמה מיט איראַן וועט זיך בקרוב ענדיגן, אָבער האָט נישט אָנגעגעבן וויאַזוי אַמעריקע וועט דערגרייכן אַן אָפּמאַך מיט די איראַנער רעגירונג

קאַטאַרער דיפּלאָמאַטן זענען היינט צוריקגעקומען קיין טעהראַן, אין א פרישע פּרואוו אויסצואַרבעטן אַן אָפּמאַך צווישן אַמעריקע און איראַן, נאָכדעם וואָס די איראַנער רעגירונג האָט אָפּגעוואָרפן די לעצטע פאָרשלאַג זונטאָג • א גרויסע אויל טאַנקער איז אַטאַקירט געוואָרן אינעם "האָרמוז וואַסער וועג", ווען א קליינע שיפל האָט געוואָרפן צוויי ים מינעס אויף די שיף, וואָס האָט געברענגט אַן אויפרייס און פייער אינעם מאָטאָר • די אויסערן מיניסטאָרן פון די צוואָנציג גרעסטע עקאָנאָמישע לענדער האָבן היינט אָנגעהויבן א צוויי טעג קאָנפערענץ אין אַטלאַנטאַ, דזשאָרדזשיע, וואו מען באַהאַנדלט די מלחמות אין אוקראַינע און מיטל-מזרח • פּרעזידענט טראָמפּ האָט געקענסלט צוויי פּלאַנירטע וואַל קאַמפּיין אויפטריטן אין קענסאַס און אייאווע דעם קומענדיגן שבת און זונטאָג, און וועט אַנשטאָט דעם זיך באַטייליגן אין טעלעפאָנישע קאַמפּיין אויפטריטן איבער'ן לאַנד • מער ווי 44 מיליאָן אַמעריקאַנער האָבן שוין אָפּגעגעבן זייערע שטימען אין די פריע וואַלן, אין א צייט וואָס די רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטן פאַרשטאַרקן זייערע לעצטע קאַמפּיין אַקטיוויטעטן • די ניו יאָרק סיטי קאָונסיל וועט היינט אָפּהאַלטן א וויכטיגע הירינג איבער מעיאָר זאראן מאמדאני'ס פּלאַן אויפצושטעלן א נייע "דעפּאַרטמענט אָוו קאָמיוניטי סעיפטי", וואָס וועט איבערנעמען א טייל פון די אויפגאַבן וואָס ווערן היינט באַהאַנדלט דורך די פּאָליציי.

ה' וירא פ״ז

סך הכל פון די נייעס: רוסישע דראָון און מיסיל אַטאַקעס האָבן היינט אומגעברענגט כאָטש 19 מענטשן איבער אוקראַינע, אַריינגערעכנט פערצן מענטשן וואס זענען אומגעקומען ווען א רוסישע דראָון האָט געטראָפן א באַן סטאַנציע אין דעניפּראָ

אַן אויספאָרשונג האָט אויפגעדעקט אַז איראַן האָט א נעץ פון אַרום 5,000 מיליטערישע און פינאַנציעלע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע העלפן אַריינשמוגלען מיליטערישע עקוויפּמענט טראָץ די אַמעריקאַנער בלאָקאַדע • א גרויסע קאָנטעינער שיף האָט געזונקען אינעם שוואַרצן ים, נאָכדעם וואָס זי איז געטראָפן געוואָרן דורך וואסער דראָונס, אין דער לעצטער פון א סעריע אַטאַקעס אויף שיפן אין די געגנט • דער אַלאַסקע גאָווערנאָר מייק דאַנליווי האָט געהייסן עפענען אַן אויספאָרשונג איבער באַשולדיגונגען אַז מיטאַרבעטער פונעם דעמאָקראַטישן סענאַט קאַנדידאַט פּעלטאָלאַ האָבן געהאָלפן אַריינברענגען צוויי אַנדערע קאַנדידאַטן אין די וואַלן, כדי אַוועקצונעמען שטימען פונעם רעפּובליקאַנער סענאַטאָר דען סאָליוואַן • א פעדעראַלער ריכטער אין קאַליפאָרניע האָט אָפּגעוואָרפן די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע'ס פאַרלאַנג אָפּצוהאַלטן מער ווי 20,000 מעיל בעלאָטס פון געציילט ווערן ביי די קומענדיגע קאָנגרעס וואַלן • די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האָט אַרויסגעשיקט מער ווי הונדערט סובפּינעס אין דרייצן סטעיטס, צו באַקומען אינפאָרמאַציע איבער צענדליגער טויזנטער רעגיסטרירטע וויילער • די ניו יאָרק סיטי פּאָליציי האָט היינט געמאָלדן אַז זי האָט שוין קאָנפיסקירט 4,500 אומלעגאַלע וואָפנס זייט אָנהייב 2026, און די צאָל מענטשן וועלכע זענען געשאָסן געוואָרן אין די סיטי איז געפאַלן אין פאַרגלייך מיט פאַראַיאָר

ג' וירא פ״ז

סך הכל פון די נייעס: איראַן האָט היינט פאָרגעזעצט אירע דיפּלאָמאַטישע געשפּרעכן איבער א מעגליכע שלום אָפּמאַך אין מיטל מזרח, נאָכדעם וואָס הויכראַנגיגע פאָרשטייער פון סאַודי אַראַביע, טערקיי און פּאַקיסטאַן האָבן זיך נעכטן געטראָפן מיט איראַנער באַאַמטע אין טעהראַן

אין מדינת ישראל קומען היינט פאָר וואַלן צו באַשליסן ווער עס וועט קאָנטראָלירן די כנסת און צי פּרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו וועט קענען פאָרזעצן פירן די רעגירונג • אין אוקראַינע איז היינט אַריין אין קראַפט א לאָקאַלער פייער אָפּשטעל אין די רוסיש-קאָנטראָלירטע שטאָט אָלעשקי, צו ערמעגליכן די עוואַקואאַציע פון ציווילע איינוואוינער און אַריינברענגען הילף • פּרעזידענט טראָמפּ טרעט היינט אויף אין טעקסאַס, וואו ער מעלדט א נייע פּאָליסי צו פאַרגרינגערן פעדעראַלע רעגולאַציעס אויף אויל און נאַטורליכע גאַז פּראָדוקציע • א פרישע רויטעס צייגט אַז בלויז 32 פּראָצענט אַמעריקאַנער זענען צופרידן מיט פּרעזידענט טראָמפּ'ס אַרבעט, בלויז איין פּראָצענט העכער ווי די רעקאָרד נידריגע 31 פּראָצענט פון פאָריגע וואָך • די אַמעריקאַנער קריפּטאָ קורענסי אינדוסטריע האָט אויסגעגעבן אַרום 176 מיליאָן דאָלער אויף מער ווי הונדערט קאָנגרעס און סענאַט פאַרמעסטן, אין אַן פּרואוו צו העלפן קאַנדידאַטן וועלכע שטיצן געזעצן וואָס זענען גוט פאַר די אינדוסטריע • ניו יאָרק סיטי מעיאָר זאראן מאמדאני האָט געמאָלדן א נייע פּלאַטפאָרמע צו העלפן הונדערטער טויזנטער ניו יאָרקער איינוואוינער אָנהאַלטן זייערע פוד סטעמפּס און מעדיקעיד בענעפיטן, נאָכדעם וואָס די פעדעראַלע רעגירונג האָט איינגעפירט שטרענגערע אַרבעטס רעגולאַציעס

ב' וירא פ״ז

סך הכל פון די נייעס: הויכראַנגיגע באַאַמטע פון סאַודי אַראַביע, טערקיי און פּאַקיסטאַן האָבן זיך היינט געטראָפן מיט איראַנער רעגירונגס באַאַמטע אין טעהראַן, אין אַ פּרואוו צו באַרואיגן די מלחמה דראַמאַ אין מיטל-מזרח.

רוסלאַנד האָט היינט באַשולדיגט אוקראַינע אין דורכפירן צענדליגער אַטאַקעס אויף דער רוסיש-קאָנטראָלירטער שטאָט אָלעשקי אין דרום אוקראַינע • די כוטי רעבעלן פון תימן האָבן געמאָלדן אַז זיי האָבן נאָכאַמאָל אַטאַקירט סאַודי אַראַביע'ס וויכטיגע אויל פּאָמפּ סטאַנציעס און די קינג כאַליד אינטערנעשאָנעל לופטפעלד אין ריאַד • א פעדעראַלע ריכטער אין מאַנהעטן האָט געזאָגט אַז די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האָט אומלעגאַל אַרויסגעוואָרפן די פעדעראַלע פּראַסעקיוטער פרוי קאָומי, א טאָכטער פונעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאָר דזשעימס קאָומי • א פעדעראַלע אַפּעלאַט געריכט האָט אויסגעדריקט צווייפל איבער די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע'ס פּרואוו צו בלאָקירן טויזנטער פּאָסט בעלאָטס אין קאַליפאָרניע פון געציילט ווערן ביי די קומענדיגע וואַלן • אַמעריקאַנער אינפלאַציע איז געשטיגן צו 3.7 פּראָצענט, קעגן דריי פּראָצענט ווען פּרעזידענט טראָמפּ האָט איבערגענומען די פּרעזידענטשאַפט, שטייענדיגע יעצט בלויז אַכט טעג בעפאָר די נאָוועמבער וואַלן • ניו יאָרק סיטי מעיאָר זאראן מאמדאני און גאָווערנאָר האקול האָבן אָנגעהויבן א 35.7 מיליאָן דאָלער פּראָיעקט אין סענטראַל פּאַרק, צו פאַרמינערן פאַרפלייצונגען אין האַרלעם און איסט האַרלעם

ד' לך לך פ״ז

סך הכל פון די נייעס: דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין האָט היינט איינגעשטימט אָנצוהייבן דריי־זייטיגע פאַרהאַנדלונגען צווישן רוסלאַנד, אוקראַינע און אַמעריקע, נאָכדעם וואָס ער האָט זיך געטראָפן מיט טראָמפּ'ס ספעציעלן שליח סטיוו וויטקאָף

רוסלאַנד האָט היינט באַפרייט דעם 74־יעריגן אַמעריקאַנער סטעפאן האַבאַרד, אַ רעטייערטער טיטשער וואָס איז געזיצן אין רוסישע געפענגעניש זייט 2022, נאָכדעם וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט פּערזענליך געבעטן פּוטין אים פריילאָזן • פּרעזידענט טראָמפּ האָט אָפּגעשטעלט אַ פּלאַנירטע מדינת ישראל מיליטערישע אַטאַקע אויף איראַן, וואָס פּרעמיער מיניסטער נתניהו האָט געוואָלט דורכפירן אָנהייב אקטאָבער • פעדעראַלע פּראַסעקיוטערס האָבן אויסגעברייטערט די קרימינאַלע באַשולדיגונגען קעגן דעם געוועזענעם ווענעזועלע פּרעזידענט ניקאָלאַס מאַדוראָ, אַריינרעכענענדיג אַ זעלטענע פעדעראַלע געזעץ פון 1994 קעגן פּייניגונג פאַרברעכנס • די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האָט שוין אָפּגעשאַפן איבער 300,000 אַמעריקאַנער וויזעס זייט פּרעזידענט טראָמפּ איז צוריקגעקומען אין ווייסן הויז אין יאַנואַר 2025 • דער אינספּעקטאָר דזשענעראל פונעם יוסטיץ דעפּאַרטמענט האָט אָפּגעזאָגט אויסצופאָרשן באַשולדיגונגען קעגן פעדעראַלע פּראַסעקיוטערס וואָס האָבן אָנגעפירט די קעיס איבער די לינקאָלן מעמאָריעל וואַנדאַליזם • פעדעראַלע און סטעיט אויספאָרשער האָבן היינט דורכגעפירט איבערפאַלן ביי עטליכע דעי־קעיר צענטערס פאַר עלטערע מענטשן אין ברוקלין, קווינס און סטעטן איילענד, אונטער אַ גרויסע אויספאָרשונג איבער מעגליכע מעדיקעיד־שווינדלערייען

ב' לך לך פ״ז

סך הכל פון די נייעס: די פראנצויזישע רעגירונג האט מאנטאג איינגעפירט קורפיוס אין טיילן פון פאריז און אנדערע שטעט, נאך שווערע ראיאטן און רויבערייען איבערן וויקענד, וואו כמעט 3,000 געשעפטן זענען אטאקירט געווארן

איינוואוינער פון די אויל רייכע קאנאדישע פראווינץ אלבערטא שטימען היינט אין א היסטארישע רעפערענדום צי מען זאָל זיך אפטיילן פון קאנאדע, צוליב לאנגיעריגע עקאנאמישע און פאליטישע אנגעצויגנקייטן מיט די צענטראלע רעגירונג • די מדינת ישראל פאליציי האט ארעסטירט 11 מתנחלים פארדעכטיגטע אין יהודה ושומרון, נאך אטאקעס אויף פאלעסטינער, א וואשינגטאן פאוסט פאטאגראפירער און אייראפעאישע דיפלאמאטן איבערן וויקענד • די סופרים קאורט האט אפגעווארפן א פארלאנג פון קאליד שעיך מוכאמעד, דער הויפט פלאנירער פון די סעפטעמבער 11 טעראר אטאקעס, צוריקצוברענגען אן אפמאך וואס וואלט אים געראטעוועט פון טויט שטראף • פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט אז זיין אדמיניסטראציע וועט אנהייבן רענאווירן דעם היסטארישן איסט פאטאמאק גאלף קורס אין וואשינגטאן, טראץ א פעדעראלע ריכטער'ס פארארדענונג צו מעלדן בעפאָר גרויסע בוי פּראָיעקטן • דער סענאט דעמאקראטישער פירער טשאק שומער האט פארלאנגט פון די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע אפצואווארפן א פארלאנג פון די קאנסערוואטיווע גרופע "קלאב פאר גראוט" צו ערלויבן ראבאקאלס מיט עי-איי שטימעס • אן אומבאקאנטער פארשוין האט היינט אינדערפרי אויסגעהאקט א פענסטער פונעם קעפיטאל וואן באנק אויף איסט 86'סטע סטריט נעבן צווייטע עוועניו אין מאנהעטן, און איבערגעלאזט אנטי איזראעלישע אויפשריפטן אויף די טירן

א' לך לך פ״ז

סך הכל פון די נייעס: די ווילדע ראַיאָטן אין פראַנקרייך האָבן פאָרגעזעצט היינט זונטאָג, נאָך וואָס די פּראָטעסטן האָבן אָריגינעל אויסגעבראָכן וועגן אויפברויז איבער הויכע לעבנס קאָסטן און שוואַכע פּובליק סערוויסעס

דער אוקראַינישער פּרעזידענט זעלענסקי האָט באַשטעטיגט אַז אַמעריקע האָט צוריקגעשטעלט די שפּיאָנאַזש קאָאָפּעראַציע מיט אוקראַינע, נאָכ'ן האָבן אָפּגעהאַקט פאַר א שטיק צייט • פּרעזידענט טראָמפּ האָט געגעבן פאַר'ן מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער נתניהו זיין פולע אינדאָרסירונג ערב די קומענדיגע וואַלן אָקטאָבער 27 • פּרעזידענט טראָמפּ האָט הונטער די קוליסן אָנגעהויבן באַשולדיגן זיינע הויכראַנגיקע ראַטגעבער פאַר די שוואַכע שאַנסן פון די רעפּובליקאַנער ביי די קומענדיגע מידטוירם וואַלן • זיבן מענטשן זענען אומגעקומען אין א מאַסיווע פייער ביי א קאַנאַדישע מיליטערישע באַזע אין וועינרייט, אַלבערטאַ, קאַנאַדע • די איראַן מלחמה האָט דערווייל שוין געקאָסט פאַר אַמעריקאַנער פאַמיליעס א דורכשניט פון צוויי טויזנט דאָלער, לויט א נייע שאַצונג פון די "מודיס" גרופּע

ה' נח פ״ז

סך הכל פון די נייעס: פּרעזידענט טראָמפּ האָט געקענסלט פּלענער צו לופטערן לעבעדיג פאַר'ן אַמעריקאַנער פאָלק וויאַזוי מען פירט אויס די טויט שטראָף אויפן טעראָריסט נידאל כאַסאַן

אַמווייניגסטנס פיר זענען אומגעקומען און צען אַנדערע זענען פאַרוואונדעט געוואָרן אין א מיסיל אַטאַקע וואָס די תימנ'ער איראַן-געשטיצטע כוטי טעראָריסטן האָבן דורכגעפירט אויף די פּרעזידענט פּאַלאַץ אין אדען • צוויי קאָמערשל שיפן האָבן געזינקען נעבן די "האָרמוז וואַסער וועג" אין די לעצטע 24 שעה, אינמיטן פאַרשטאַרקערטע איראַנער אַטאַקעס אויף שיפן אין די וואַסערן פונעם מיטל-מזרח • רוסלאַנד האָט שוין כמעט געענדיגט בויען א מאַסיווע דראָון אַרויסשיס באַזע נעבן מילאראווא אין די רוסטאוו ראַיאָן, וואָס זיי האָבן באַוויזן אויפצובויען אין בלויז זעקס וואָכן • די פעדעראַלע פּאָסט אָפיס האָט אַרויסגעשטעלט ספּעציעלע מאָסנאַמען צו באַהאַנדלען די מיליאָנען מעיל אין בעלאָטס בעפאָר די מידטוירם וואַלן • פּרעזידענט טראָמפּ'ס נייע פעדעראַלע עי-איי טעסק פאָרס איז געסקעדזשולט זיך צו טרעפן היינט, אין א צייט וואָס די פּובליק זאָרג וואַקסט וועגן די ברייטע ריזיקעס פון די טעכנאָלאָגיע • ניו יאָרק סיטי'ס היסטאָרישע "פּלאַזאַ האָטעל" וועט זיך אָפּשפּאַרן אין יאַנואַר און עס וועט אַריבערגיין א מאַסיווע רענאָוואַציע פאַר די נעקסטע פיר יאָר

ד' נח פ״ז

סך הכל פון די נייעס: אוקראַינע האָט באַשולדיגט די ספּעיס-עקס קאָמפּאַני פון אילאן מאָסק אין צוימען די סטארלינק סערוויסעס פאַר די אוקראַינישע מיליטער, וואָס שטערט די מיליטער פון זיך פאַרטיידיגן

פּרעזידענט טראָמפּ האָט געמאָלדן אַז גרויסע אויל, גאַז און מינעראַלן גראָבונג אַרבעט גייט זיך אָנהייבן אין גרינלאנד, באַצייכענענדיג די טעריטאָריע אַלס אַמעריקע'ס גרינלאנד • די כוטי טעראָריסטן אין תימן האָבן היינט געסטראַשעט צו פאַרשטאַרקערן אירע אַטאַקעס קעגן סאַודיער לופטפעלדער און אויל איינריכטונגען, נאָכ'ן אַטאַקירן סאַודי אראמקא'ס הויפּטקוואַרטירן נעכטן • אַמעריקאַנער אינפלעישאָן איז געוואַקסן אין סעפּטעמבער, ווען קאָנסומער פּרייזן זענען געווען מיט 0.6 פּראָצענט העכער ווי אוגוסט, און 3.7 פּראָצענט העכער ווי פאַראַיאָר סעפּטעמבער • א פעדעראַלער באַנקינג רעגולעיטאר האָט באַריכטעט אַז אַמעריקע'ס 9 גרעסטע נאַציאָנאַלע בענק האָבן אָנגעהאַלטן פּאַליסיס וואָס האָט געצוימט פינאַנציעלע סערוויסעס פאַר לעכערליכע סיבות • אַרום 76 מיליאָן אַמעריקאַנער וואָס באַקומען סאָושעל סעקיוריטי און ענליכע בענעפיטס וועלן באַקומען א 3.6 פּראָצענט העכערונג פאַר קומענדיגן יאָר • א נייע שטודיע צייגט אַז ניו יאָרק סיטי איינוואוינער צאָלן יערליך 300 מיליאָן דאָלער פאַר נעטשרול גאַז וואָס ליעקט אַרויס און ווערט אפילו נישט גענוצט

ג' נח פ״ז

אקטועלע נייעס: אין אלבאני האט גאווערנאר האוקול געשיקט א פרישע ווארענונג קיין וואשינגטאן אז ניו יארק קען פארלירן שטאב מיטגלידער אין גאר קריטישע חלקים פון די סטעיט אדמיניסטראציע, אויב די פעדעראלע רעגירונג נעמט אוועק די באשיצטע סטאטוס פון פון האיטיער אימיגראנטן

די יעצטיגע ענערגיע קריזיס גיט א קורצע גאלדענע תקופה פאר אויל ריפיינעריס אין אמעריקע און אייראפע, אבער אנאליסטן זאגן אז דאס קען זיי נישט ראטעווען אויף לאנג • טראץ די פראבלעמען ביי אפאר גרעסערע פראיעקטן, איז מאנהעטן ווייטער אויפ'ן וועג אריינצוגיין אין א ריזיגן עקספערימענט פון פארוואנדלען אפיסעס אין דירות • אין אלבאני האט גאווערנאר האוקול געשיקט א פרישע ווארענונג קיין וואשינגטאן אז ניו יארק קען פארלירן שטאב מיטגלידער אין גאר קריטישע חלקים פון די סטעיט אדמיניסטראציע, אויב די פעדעראלע רעגירונג נעמט אוועק די באשיצטע סטאטוס פון פון האיטיער אימיגראנטן • די הויפט נייעס פון א מיליאן רענט סטעבילייזד אפארטמענטס רעדט זיך פון מעיאר מאמדאני'ס אגרעסיווע טאקטיקן צו האלטן די רענט אונטער קאנטראל • אין א גאר זעלטענע אויסנאם ריטעילער וואס גייט קעגן דעם שוואונג, קומען באריכטן פון TJ Maxx וואס לאזן אנאליסטן היבש איבערראשט

ב' נח פ״ז

דער אוקראַינישער פּרעזידענט וולאַדימיר זעלענסקי האָט באַשולדיגט רוסלאַנד אין פאַרלעצן אַן ענערגיע פייער אָפּשטעל וואָס איז געמאָלדן געוואָרן נעכטן דורך פּרעזידענט טראָמפּ.

א פערצן יעריגער איז אומגעקומען און 24 סטודענטן און טיטשערס זענען פאַרוואונדעט געוואָרן ווען אַן אומאויפגעריסענע כיזבאַללאַ באָמבע האָט עקספּלאָדירט אינמיטן א שפּאַציר ביים לבנון גרעניץ • סאַודי אַראַביע האָט פאַרלענגערט די אָפּשפּאַרונג פון איר קינג קאליד אינטערנעשאָנעל לופטפעלד פאַר נאָך א וואָך צייט, נאָך די טויטליכע אַטאַקעס דורך די כוטיס • פעדעראַלע אימיגראַציע אַגענטן זענען איבערגעפאַלן די הויז פונעם דעמאָקראַטישן קאָנגרעספרוי אילהאן אומאַר אין וואַשינגטאָן היינט פאַרטאָגס, זאָגנדיג אַז זיי פאָרשן אויס אימיגראַציע פאַרברעכנס • פּרעזידענט טראָמפּ וועט די וואָך קאַמפּיינען אין אָהייאָ, אַלאַסקע, אַריזאָנע און מאַנטענאָ, וואו רעפּובליקאַנער שטייען אויס שוועריגקייטן אין די ווידערוויילונג פאַרמעסטן • דער ביליאָנער אילאן מאָסק האָט בייגעשטייערט אַרום 366 מיליאָן דאָלער צו העלפן רעפּובליקאַנער אָנהאַלטן קאָנגרעס פון קאָנגרעס ביי די קומענדיגע נאָוועמבער וואַלן • ניו יאָרק סיטי מעיאָר זאראן מאמדאני האָט פאַראָרדענט א ברייטע איבערזיכט אויף די פּאַליסיס פון די פּאָליציי דעפּאַרטמענט ווען עס קומט צו נוצן פיזישע קראַפט

מוצ״ש בראשית פ״ז

סך הכל פון די נייעס: א נייע פעדעראלע האוזינג געזעץ קען אראפברענגען דעם פרייז פון געוויסע פאבריק געבויטע הייזער מיט צווישן 5 און 10 טויזנט דאלאר פער היים

דער געיעג פון ריטעיל געשעפטן צוצושטעלן שנעלע דעליווערי איז שוין אנגעקומען אויך צו סטארס וואס פלעגן בכלל נישט צושטעלן אזא סערוויס • דעם זומער זענען שוין געווען ווארענונגען אויף אייזבערג לעטוס, בלובעריס, אייער און דזשעלאפינא פעפער, צווישן אנדערע. דער גרעסטער פראבלעם איז געווען א סייקלאספארא אויסברוך פארבונדן מיט לעטוס, מיט איבער 10,900 באשטעטיגטע קראנקע, איבער 450 שפיטאליזאציעס און צוויי טויטפעלער • אין ראמעניע האט די שווערע אייראפעאישע טרוקעניש געברענגט צו אזא שווערע מצב, אז די מיליטער האט געדארפט אריינקומען דורכפירן קאנטראלירטע אונטערוואסער אויפרייסן אינעם דאנובע טייך, מיט'ן פרואוו צו טוישן דעם וואסער־פלוס און ברענגען גענוג קילונג־וואסער צום לאנד'ס גרויסן נוקלעארן פאוער פלענט אין טשערנאוודא • עס הייבט אן צו קומען אביסל וואלקענעס אויף די ריזיגע 2 טריליאן דאלארדיגע "פרייוועט קרעדיט" מארקעט, וואו גרויסע פאנדס פארבארגן געלט דירעקט פאר קאמפאניס אנשטאט דורך געווענליכע בענק • א גרופע ביזנעס עקספערטן שרייבן, אז קאמערשאל קאסטן פאר לעקטער און געז זענען ערווארטעט צו שטייגן גאנץ ערנסט אין די קומענדיגע חדשים, אין געוויסע געגנטער אין אמעריקע אזויפיל ווי 6 ביז 7 פראצענט

ד' בראשית פ״ז

סך הכל פון די נייעס: ניו יארק סטעיט האט זיך געבראכן צו די פארלאנגען פון וואשינגטאן וועגן די נייע רעגולאציעס אז געזונטע ערוואקסענע וועלן דארפן ווייזן אז זיי האבן א דזשאב צו קענען אנהאלטן די מעדיקעיד פראגראם

ניו יארק סטעיט האט זיך געבראכן צו די פארלאנגען פון וואשינגטאן וועגן די נייע רעגולאציעס אז געזונטע ערוואקסענע וועלן דארפן ווייזן אז זיי האבן א דזשאב צו קענען אנהאלטן די מעדיקעיד פראגראם • די גרעסטע ים קאנטעינער שיף פירמע, מאערסק, האט געלאזט הערן א דראמאטישע מעלדונג איבער א נייע "זיכערהייט פי" וואס ווערט ארויפגעלייגט אויף יעדע שיף וואס גייט ארויס פון אמעריקע אדער קאנאדע • עקספערטן אין פלארידע זענען אויפגעקומען מיט א נייע סארט עקסרעי סיסטעם וואס קען כאפן בילדער פון ניסלעך און פרוכט ביז אריין אין די קערל און אזוי האבן א קלארע בילד צי די פרוכט איז געזונט אדער נישט • פארשטייער פון אמעריקע און מעקסיקא האבן נארוואס פארענדיגט די דריטע רונדע געשפרעכן איבער די טוישונגען וואס ביידע לענדער און קאנאדע ווילן האבן אויף די "יו. סי. עם. סי. עי." פרייע האנדל אפמאך צווישן די דריי לענדער •