בליצן
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' לך לך פ״ז
א' לך לך פ״ז
אן עקסידענט וואס האט געקאסט דאס לעבן פון צוויי מענטשן. די 34 יעריגע פרוי, וועלכע האט געדרייווט א "שעווראלעי" פיקאפ טראק אריין אין א סאקער פעלד אין וויטשיטא, קענזעס, איז באפרייט געווארן פון ארעסט אן קיין קלאגעס בשעת די אויטאריטעטן ווארטן נאך אויף די רעזולטאטן פון טאקסיקאלאגיע טעסטס און אויף א גרינטליכע מעכאנישע אינספעקציע אויף איר קאר.
א חשוב'ער תלמיד חכם און מחבר פון עטליכע קונטרסים פון מודיעין עילית, איז טראגיש אומגעקומען ביי א שרעקליכע עקסידענט אין צפון אינדיע אין די יונגע עלטער פון בלויז 37 יאר. דער נפטר ז"ל לאזט איבער פינף קליינע יתומים'לעך. מען ערווארטעט אים צו ברענגען קיין ארץ ישראל פאר די קבורה.
ניוסעם האט מסביר געווען זיין שטעלונג זאגנדיג: "איך מיין, ס'איז גאנץ קלאר, ווען מען קוקט אויף די כסדר'דיגע געוואלדטאטן פון די מתנחלים און די אלע זאכן וואס קומען פאר אין די וועסט בענק. די פאליסיס פון פרעמיער מיניסטער נתניהו שטערן יעדן שאנס פאר א צוויי שטאטן לעזונג, וואס דאס גייט קעגן די אינטערעסן פון די אמעריקאנער בירגער. דאס איז שוין א ביי-פארטיזאן צושטימונג פאר פילע צענדליגער יארן, דורכאויס פילע אדמיניסטראציעס."
וואשינגטאן סטעיט - דער געוועזענער אייגנטומער פון א גראסערי סטאר אין טאקאמא איז אויסגעליפערט געווארן צוריק קיין וואשינגטאן צו שטיין פארן געריכט אויף קלאגעס אז ער האט באשווינדלט די פעדעראלע פוד סטעמפ פראגראם דורך פאלשע טראנזאקציעס.
מאנדזשיט סינג בעדי, 64 יאר אלט פון קענט, איז ארעסטירט געווארן אין אינדיע דעם פארגאנגענעם סעפטעמבער, נאכדעם וואס די עף-בי-איי האט אים ארויפגעשטעלט אויף זייער ליסטע פון די "מערסט געזוכטע שווינדלער".
ער איז אנגעקומען קיין סיעטל די וואך, און ער איז געסקעדזשועלט צו ערשיינען אין געריכט דעם קומענדיגן פרייטאג.