ב' נח פ״ז

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

די לעצטיגע דראמאטישע פרטים פון דעם זעלבסטמארד-אטאקע פרואוו אויף דעם פליי דובאי פלייט 1073 פון דובאי קיין ארץ ישראל, און וויאזוי פון אלע פאסאזשירן איז קיינער נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן, טראץ די שרעקעדיגע געשעענישן אויפ''ן פליגער

ג' בראשית פ״ז

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

טעראר אין דער לופטן: הערט די גאנצע דראמאטישע געשיכטע פונעם זעלבסטמארד-אטאקע-פרואוו אויפ'ן פליידובאי פליגער, פול מיט אידישע פאסאזשירן — וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם קאקפיט, די זיכערהייט-דורכפעלער וואס האבן דאס בכלל ערמעגליכט, און די אומגלויבליכע ניסים וואס האבן געראטעוועט הונדערטער לעבנס און פארמיטן א קאטאסטראפע

ד' האזינו פ״ז

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א שערורי'. דער אמעריקאנער קאנסול אין ירושלים רודפ'ט די ערליכע אידן אין ארץ ישראל. ער ארעסטירט א אידישן עסקן און פרובירט צו שמד'ן א אידיש מיידל, א יתומה. דער אור אייניקל פונעם הייליגן בעל התניא באזוכט ביי פרעזידענט גרענט, צו שתדל'ען אז מען זאל אים באזייטיגן

ו' פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

דער ערשטער אידישער פאליטישער סקאנדאל: בעצם שמחת תורה באזוכט א גרופע אידן ביי פרעזידענט לינקאלן אין ווייסן הויז, און זיי מאכן א "קוויד פּראָ קוואָ" אנבאט, אים איבערצוגעבן אלע אידישע שטימען פאר א סומע געלט. ווען די נייעס ווערט באקאנט שאפט עס א שערורי' אינערהאלב דער אידישער געמיינדע. — דער אור אייניקל פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע באזוכט אינעם ווייסן הויז מיט זיין פולשטענדיגן רבני'שן לבוש.

א' פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א גזירת גירוש אויף אידן אין אמעריקע ווערט אפגעשריגן נאך סוקסעספולער באגעגעניש מיט פרעזידענט לינקאלן. צווייטער טייל פון היסטארישע באזוכן פון רבי'ס אין רבנים אין ווייסן הויז

ד' נצו"י פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

היסטארישע באזוכן פון רבי'ס אין רבנים אין ווייסן הויז, גייענדיג צוריק צו דזשארדזש וואשינגטאן

ה' כי תבא פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

פרעזידענט טראמפ איז געזעסן מיט זיינע גענעראלן און זיך געגרייט אויף א פרישער גאר דראמאטישער אפענסיווע קעגן איראן, אבער דאן האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון קרוין פרינץ בין סאלמאן פון סאודי אראביע און די גאנצע סיטואציע האט זיך געטוישט. ווייטערדיגע דראמאטישע אינפארמאציע מאחורי הפרגוד

א' כי תבא פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

איראן צאלט גאר א טייערן פרייז; איר עקאנאמיע איז טיף אין דער ערד, און אפילו איר פרעזידענט ווארנט אז דער מצב איז גאר ביטער, אבער די הארטנעקיגע רעוואלוציאנערע גווארדיסטן וואס פירן באמת דעם לאנד זענען אנטשלאסן צו מאכן אמעריקע און די וועלט ליידן כדי צו לערנען אלעמען אז מיט איראן הייבט מען זיך נישט אן. בשעת פרעזידענט טראמפ האט צעלעברירט דעם צייטווייליגן אפמאך מיט איראן האבן די איראנער פירערס שוין פלאנירט פרישע אטאקעס קעגן אמעריקע און אירע אליאירטע

ב' ראה פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

דער איראַן אָפּמאַך איז צוזאַמגעפאַלן, דער קריג האָט זיך ווידער אָנגעהויבן, און אַדמיראַל ברעד קופּער האָט צוגעגרייט אַ צוויי וואָכיגן אַטאַקע פּלאַן "איינמאל פאר אלעמאל" צו עלימינירן די איראנער געפאר. אן אויספירליכער באריכט וואָס איז פאָרגעקומען הינטער די קוליסן פון דעם צוזאַמגעפאַלענעם עם-או-יו און איראַנ'ס אַטאַקעס אויף שיפן, ביז אַדמיראַל קופּער'ס קריגס פּלאַן, טראָמפּ'ס צאָרן און די לעצט-מינוטיגע אָפּגערופענע אַטאַקעס דעם פארלאפענעם שבת

ד' ואתחנן פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

די מאסן האבן געדארפט רעוואלטירן; די קורדן האבן געדארפט אינוואדירן; און דער געוועזענער איראנער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינידזשאד האט געווארט מיט איזראעלישע אגענטן אין א געהיימען ארט אין טעהראן — גרייט איבערצונעמען די לייצעס ווי נאר דער רעזשים פאלט. אבער דער גאנצער פלאן איז צעפלאצט געווארן ווי א זייפן־בלאז. וואס האט דארט פאסירט?

ה' דברים פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

מדינת ישראל האט פלאנירט די מלחמה אין איראן שוין פאר יארן; דער מוסד האט געהאט א גאנצער מהלך: די מאסן וועלן ארויסגיין אין די גאסן פראטעסטירן, די קורדן וועלן מארשירן קיין טעהראן, און דער געוועזענער דם-שונא, מאכמוד אכמעדינידזשאד וועט איבערנעמען די מאכט. פארוואס איז אלעס געגאנגען מיט דער לינקער פוס?

ה' קרח פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

דער היינטיגער שמועס דרייט זיך ארום דעם גרויסן שאק פונעם טראמפ-איראן אפמאך. טראמפ איז אריין אין דער מלחמה מיט דער טענה אז מען מוז ענדליך אפשטעלן איראן’ס שייגעץ-שטיק — זייער נוקלעארער פראגראם, זייערע מיסילס און זייערע טעראר-פראקסיס. אבער יעצט, כדי צו ענדיגן די מלחמה, באפרייט אמעריקע ביליאנען דאלאר וואס איראן וועט יעצט קען ניצן פארצוזעצן מיט זייערע שייגעץ-שטיק

ד' שלח פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

פרעזידענט טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז אין 2017, אין א צייט ווען איראן האט כמעט נישט פארמאגט קיין בארייכערטע אוראניום. לויט'ן איראנער אפמאך האבן זיי ארויסגעשיקט זייערע גרעסערע קוואנטומען בארייכערטע אוראניום קיין רוסלאנד, און זייער נוקלעארער פראגראם איז געווען שטארק באגרעניצט און אונטער אינטערנאציאנאלע קאנטראל. אבער דער מד"י פרעמיער מיניסטער, ביבי נתניהו, האט שטארק געדרוקט אויף טראמפ ארויסצוציען אמעריקע פון דעם אפמאך. טראמפ האט טאקע צעריסן דעם דיעל, און פון דארט און ווייטער האט זיך אנגעהויבן א נייע, פיל געפערליכערע קאפיטל.

ה' בהעלתך פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

אין היינטיגן שמועס: נאכדעם וואס די סי-איי-עי גיט אזעלכע קלעפ פאר די איראנער און צעשטערט זייערע פלענער איינמאל און נאכאמאל; און נאכדעם וואס אמעריקע צוזאמען מיט דער גאנצער וועלט לייגן ארויף גאר שווערע סאנקציעס אויף די איראנער וואס מאכט חרוב זייער עקאנאמיע קומען זיי ענדליך צום טיש און זענען מסכים אויפצוגעבן זייער נוקלעארן פראגראם פאר פופצן יאר. אבער א ביליאנער מיט'ן נאמען דאנאלד טראָמפּ לויפט פאר פרעזידענט און פארשפרעכט צו צערייסן דעם "דיעל" ווען ער קומט אריין אינעם ווייסן הויז...

ד' נשא פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

אין היינטיגן שמועס: די סי-איי-עי פירט דורך געניטע שפיצלעך, און שפיאנאזש אקטן צו סאבאטאזשירן דעם איראנער נוקלעארער פראגראם, צוריקשטויסנדיג איראנ'ס אטאם מיט יארן

ד' פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

אין היינטיגן שמועס: וויאזוי אמעריקע האט באוויזן צו באקומען "אויגן און אויערן" טיף אינערהאלב איראנ'ס געהיימע נוקלעארע איינריכטונגען און אזוי פעסטגעשטעלט אז די איראנער ארבעטן טאקע צו בויען א נוקלעארן וואפן; די איראנער "מאסקיטא" פלאטע, פון קליינטשיגע שיפלעך וואס זענען טויטליך ביז גאר וויבאלד ס'זענען דא טויזנטער און אמעריקע קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיי; די מאדנע נאכט-פייגל פון קאסא גראנדע וואס לעבן אין אונטערערדישע גרובער וואס זיי אליין גראבן נישט

ב' במדבר פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

"מיין נאָמען איז קעווין טשאקער. איך בין פֿון דער סי-איי-עי דו האָסט פּונקט צען מינוט צו באַשליסן: א ניי לעבן אין אַמעריקע, אָדער א זיכערער טויט..." די דראמאטישע געשיכטע פון דעם מענטש וואָס איז באַאויפטראַגט געווארן אָפּצושטעלן איראַן פון באַקומען א נוקלעאַרע באָמבע, פאר יעדן פרייז

א' אמר פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

פון הינטער די קוליסן: סודות פונעם "סיטואציע צימער". וויאזוי טראמפ האט באשלאסן צו גיין אין קריג קעגן איראן חלק ב'

ד' אח"ק פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

פון הינטער די קוליסן: סודות פונעם "סיטואציע צימער". וויאזוי טראמפ האט באשלאסן צו גיין אין קריג קעגן איראן. פון נתניהו’ס געהיימע פרעזענטאציע ביז'ן לעצטן באפעל אויף "עיר פאָרס וואן" • א טיפערן בליק אויף די גורל'דיגע שעות וואס האבן געטוישט היסטאריע, די אפשאצונגען פון דער סי-איי-עי אז ביבי טרייבט איבער; די דעבאטעס צווישן די ראטגעבערס, און די אטאקע וואס האט עלימינירט די איראנער פירערשאַפט אינמיטן העלן טאג

ד' תזריע פ״ו

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

דריטע שמועס איבער געוואגטע רעטונגס אקציע ארויסצוראטעווען דער אמעריקער זעלנער פון איראן