בליצן
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' לך לך פ״ז
דער פארשוין האט אנגעפירט די קולט ביז 2023 למס' ווען מען האט געפונען די בית הקברות וואו זיי האבן געלייגט די קינדער, נאך וואס ער האט גע'טענה'ט אז מיטן זיי אויסהונגערן ברענגט מען זיי נענטער צו זייער ימ''ש
פאר די איראנער פירערשאפט זענען די קומענדיגע פאר וואכן גאר א קריטישע צייט. היות זיי גלייבן אז נאך די וואלן וועט טראמפ שוין נישט זיין אזוי באזארגט איבער הויכע ענערגיע פרייזן, ארבעט טעהראן יעצט מיט אלע כוחות ארויפצוטרייבן די מאקסימום שאדן דורך פארשטערקערן די אטאקעס אינעם הארמוז. צוויי איראנער באאמטע האבן געזאגט אז זיי זענען פאקוסירט אויף די מידטערם וואלן, און זיי קוקן אן די צייט פאר די וואלן אלס א גאר וויכטיגע געלעגנהייט צו קענען האבן אן השפעה אויף טראמפ.
זיין אונטערנעמונג ווערט געשאצט אויף בערך 10.5 ביליאן דאלאר, לויט די פרייזן ווען די מארקעט האט זיך פארמאכט פרייטאג, און עס וועט צוניץ קומען פאר ארום 72 מיליאן קינדער.