אלגעמיינע נייעס

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' לך לך פ״ז

סך הכל פון די נייעס: די ווילדע ראַיאָטן אין פראַנקרייך האָבן פאָרגעזעצט היינט זונטאָג, נאָך וואָס די פּראָטעסטן האָבן אָריגינעל אויסגעבראָכן וועגן אויפברויז איבער הויכע לעבנס קאָסטן און שוואַכע פּובליק סערוויסעס

דער אוקראַינישער פּרעזידענט זעלענסקי האָט באַשטעטיגט אַז אַמעריקע האָט צוריקגעשטעלט די שפּיאָנאַזש קאָאָפּעראַציע מיט אוקראַינע, נאָכ'ן האָבן אָפּגעהאַקט פאַר א שטיק צייט • פּרעזידענט טראָמפּ האָט געגעבן פאַר'ן מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער נתניהו זיין פולע אינדאָרסירונג ערב די קומענדיגע וואַלן אָקטאָבער 27 • פּרעזידענט טראָמפּ האָט הונטער די קוליסן אָנגעהויבן באַשולדיגן זיינע הויכראַנגיקע ראַטגעבער פאַר די שוואַכע שאַנסן פון די רעפּובליקאַנער ביי די קומענדיגע מידטוירם וואַלן • זיבן מענטשן זענען אומגעקומען אין א מאַסיווע פייער ביי א קאַנאַדישע מיליטערישע באַזע אין וועינרייט, אַלבערטאַ, קאַנאַדע • די איראַן מלחמה האָט דערווייל שוין געקאָסט פאַר אַמעריקאַנער פאַמיליעס א דורכשניט פון צוויי טויזנט דאָלער, לויט א נייע שאַצונג פון די "מודיס" גרופּע

ה' נח פ״ז

סך הכל פון די נייעס: פּרעזידענט טראָמפּ האָט געקענסלט פּלענער צו לופטערן לעבעדיג פאַר'ן אַמעריקאַנער פאָלק וויאַזוי מען פירט אויס די טויט שטראָף אויפן טעראָריסט נידאל כאַסאַן

אַמווייניגסטנס פיר זענען אומגעקומען און צען אַנדערע זענען פאַרוואונדעט געוואָרן אין א מיסיל אַטאַקע וואָס די תימנ'ער איראַן-געשטיצטע כוטי טעראָריסטן האָבן דורכגעפירט אויף די פּרעזידענט פּאַלאַץ אין אדען • צוויי קאָמערשל שיפן האָבן געזינקען נעבן די "האָרמוז וואַסער וועג" אין די לעצטע 24 שעה, אינמיטן פאַרשטאַרקערטע איראַנער אַטאַקעס אויף שיפן אין די וואַסערן פונעם מיטל-מזרח • רוסלאַנד האָט שוין כמעט געענדיגט בויען א מאַסיווע דראָון אַרויסשיס באַזע נעבן מילאראווא אין די רוסטאוו ראַיאָן, וואָס זיי האָבן באַוויזן אויפצובויען אין בלויז זעקס וואָכן • די פעדעראַלע פּאָסט אָפיס האָט אַרויסגעשטעלט ספּעציעלע מאָסנאַמען צו באַהאַנדלען די מיליאָנען מעיל אין בעלאָטס בעפאָר די מידטוירם וואַלן • פּרעזידענט טראָמפּ'ס נייע פעדעראַלע עי-איי טעסק פאָרס איז געסקעדזשולט זיך צו טרעפן היינט, אין א צייט וואָס די פּובליק זאָרג וואַקסט וועגן די ברייטע ריזיקעס פון די טעכנאָלאָגיע • ניו יאָרק סיטי'ס היסטאָרישע "פּלאַזאַ האָטעל" וועט זיך אָפּשפּאַרן אין יאַנואַר און עס וועט אַריבערגיין א מאַסיווע רענאָוואַציע פאַר די נעקסטע פיר יאָר

ד' נח פ״ז

סך הכל פון די נייעס: אוקראַינע האָט באַשולדיגט די ספּעיס-עקס קאָמפּאַני פון אילאן מאָסק אין צוימען די סטארלינק סערוויסעס פאַר די אוקראַינישע מיליטער, וואָס שטערט די מיליטער פון זיך פאַרטיידיגן

פּרעזידענט טראָמפּ האָט געמאָלדן אַז גרויסע אויל, גאַז און מינעראַלן גראָבונג אַרבעט גייט זיך אָנהייבן אין גרינלאנד, באַצייכענענדיג די טעריטאָריע אַלס אַמעריקע'ס גרינלאנד • די כוטי טעראָריסטן אין תימן האָבן היינט געסטראַשעט צו פאַרשטאַרקערן אירע אַטאַקעס קעגן סאַודיער לופטפעלדער און אויל איינריכטונגען, נאָכ'ן אַטאַקירן סאַודי אראמקא'ס הויפּטקוואַרטירן נעכטן • אַמעריקאַנער אינפלעישאָן איז געוואַקסן אין סעפּטעמבער, ווען קאָנסומער פּרייזן זענען געווען מיט 0.6 פּראָצענט העכער ווי אוגוסט, און 3.7 פּראָצענט העכער ווי פאַראַיאָר סעפּטעמבער • א פעדעראַלער באַנקינג רעגולעיטאר האָט באַריכטעט אַז אַמעריקע'ס 9 גרעסטע נאַציאָנאַלע בענק האָבן אָנגעהאַלטן פּאַליסיס וואָס האָט געצוימט פינאַנציעלע סערוויסעס פאַר לעכערליכע סיבות • אַרום 76 מיליאָן אַמעריקאַנער וואָס באַקומען סאָושעל סעקיוריטי און ענליכע בענעפיטס וועלן באַקומען א 3.6 פּראָצענט העכערונג פאַר קומענדיגן יאָר • א נייע שטודיע צייגט אַז ניו יאָרק סיטי איינוואוינער צאָלן יערליך 300 מיליאָן דאָלער פאַר נעטשרול גאַז וואָס ליעקט אַרויס און ווערט אפילו נישט גענוצט

ג' נח פ״ז

אקטועלע נייעס: אין אלבאני האט גאווערנאר האוקול געשיקט א פרישע ווארענונג קיין וואשינגטאן אז ניו יארק קען פארלירן שטאב מיטגלידער אין גאר קריטישע חלקים פון די סטעיט אדמיניסטראציע, אויב די פעדעראלע רעגירונג נעמט אוועק די באשיצטע סטאטוס פון פון האיטיער אימיגראנטן

די יעצטיגע ענערגיע קריזיס גיט א קורצע גאלדענע תקופה פאר אויל ריפיינעריס אין אמעריקע און אייראפע, אבער אנאליסטן זאגן אז דאס קען זיי נישט ראטעווען אויף לאנג • טראץ די פראבלעמען ביי אפאר גרעסערע פראיעקטן, איז מאנהעטן ווייטער אויפ'ן וועג אריינצוגיין אין א ריזיגן עקספערימענט פון פארוואנדלען אפיסעס אין דירות • אין אלבאני האט גאווערנאר האוקול געשיקט א פרישע ווארענונג קיין וואשינגטאן אז ניו יארק קען פארלירן שטאב מיטגלידער אין גאר קריטישע חלקים פון די סטעיט אדמיניסטראציע, אויב די פעדעראלע רעגירונג נעמט אוועק די באשיצטע סטאטוס פון פון האיטיער אימיגראנטן • די הויפט נייעס פון א מיליאן רענט סטעבילייזד אפארטמענטס רעדט זיך פון מעיאר מאמדאני'ס אגרעסיווע טאקטיקן צו האלטן די רענט אונטער קאנטראל • אין א גאר זעלטענע אויסנאם ריטעילער וואס גייט קעגן דעם שוואונג, קומען באריכטן פון TJ Maxx וואס לאזן אנאליסטן היבש איבערראשט

ב' נח פ״ז

דער אוקראַינישער פּרעזידענט וולאַדימיר זעלענסקי האָט באַשולדיגט רוסלאַנד אין פאַרלעצן אַן ענערגיע פייער אָפּשטעל וואָס איז געמאָלדן געוואָרן נעכטן דורך פּרעזידענט טראָמפּ.

א פערצן יעריגער איז אומגעקומען און 24 סטודענטן און טיטשערס זענען פאַרוואונדעט געוואָרן ווען אַן אומאויפגעריסענע כיזבאַללאַ באָמבע האָט עקספּלאָדירט אינמיטן א שפּאַציר ביים לבנון גרעניץ • סאַודי אַראַביע האָט פאַרלענגערט די אָפּשפּאַרונג פון איר קינג קאליד אינטערנעשאָנעל לופטפעלד פאַר נאָך א וואָך צייט, נאָך די טויטליכע אַטאַקעס דורך די כוטיס • פעדעראַלע אימיגראַציע אַגענטן זענען איבערגעפאַלן די הויז פונעם דעמאָקראַטישן קאָנגרעספרוי אילהאן אומאַר אין וואַשינגטאָן היינט פאַרטאָגס, זאָגנדיג אַז זיי פאָרשן אויס אימיגראַציע פאַרברעכנס • פּרעזידענט טראָמפּ וועט די וואָך קאַמפּיינען אין אָהייאָ, אַלאַסקע, אַריזאָנע און מאַנטענאָ, וואו רעפּובליקאַנער שטייען אויס שוועריגקייטן אין די ווידערוויילונג פאַרמעסטן • דער ביליאָנער אילאן מאָסק האָט בייגעשטייערט אַרום 366 מיליאָן דאָלער צו העלפן רעפּובליקאַנער אָנהאַלטן קאָנגרעס פון קאָנגרעס ביי די קומענדיגע נאָוועמבער וואַלן • ניו יאָרק סיטי מעיאָר זאראן מאמדאני האָט פאַראָרדענט א ברייטע איבערזיכט אויף די פּאַליסיס פון די פּאָליציי דעפּאַרטמענט ווען עס קומט צו נוצן פיזישע קראַפט

מוצ״ש בראשית פ״ז

סך הכל פון די נייעס: א נייע פעדעראלע האוזינג געזעץ קען אראפברענגען דעם פרייז פון געוויסע פאבריק געבויטע הייזער מיט צווישן 5 און 10 טויזנט דאלאר פער היים

דער געיעג פון ריטעיל געשעפטן צוצושטעלן שנעלע דעליווערי איז שוין אנגעקומען אויך צו סטארס וואס פלעגן בכלל נישט צושטעלן אזא סערוויס • דעם זומער זענען שוין געווען ווארענונגען אויף אייזבערג לעטוס, בלובעריס, אייער און דזשעלאפינא פעפער, צווישן אנדערע. דער גרעסטער פראבלעם איז געווען א סייקלאספארא אויסברוך פארבונדן מיט לעטוס, מיט איבער 10,900 באשטעטיגטע קראנקע, איבער 450 שפיטאליזאציעס און צוויי טויטפעלער • אין ראמעניע האט די שווערע אייראפעאישע טרוקעניש געברענגט צו אזא שווערע מצב, אז די מיליטער האט געדארפט אריינקומען דורכפירן קאנטראלירטע אונטערוואסער אויפרייסן אינעם דאנובע טייך, מיט'ן פרואוו צו טוישן דעם וואסער־פלוס און ברענגען גענוג קילונג־וואסער צום לאנד'ס גרויסן נוקלעארן פאוער פלענט אין טשערנאוודא • עס הייבט אן צו קומען אביסל וואלקענעס אויף די ריזיגע 2 טריליאן דאלארדיגע "פרייוועט קרעדיט" מארקעט, וואו גרויסע פאנדס פארבארגן געלט דירעקט פאר קאמפאניס אנשטאט דורך געווענליכע בענק • א גרופע ביזנעס עקספערטן שרייבן, אז קאמערשאל קאסטן פאר לעקטער און געז זענען ערווארטעט צו שטייגן גאנץ ערנסט אין די קומענדיגע חדשים, אין געוויסע געגנטער אין אמעריקע אזויפיל ווי 6 ביז 7 פראצענט

ד' בראשית פ״ז

סך הכל פון די נייעס: ניו יארק סטעיט האט זיך געבראכן צו די פארלאנגען פון וואשינגטאן וועגן די נייע רעגולאציעס אז געזונטע ערוואקסענע וועלן דארפן ווייזן אז זיי האבן א דזשאב צו קענען אנהאלטן די מעדיקעיד פראגראם

ניו יארק סטעיט האט זיך געבראכן צו די פארלאנגען פון וואשינגטאן וועגן די נייע רעגולאציעס אז געזונטע ערוואקסענע וועלן דארפן ווייזן אז זיי האבן א דזשאב צו קענען אנהאלטן די מעדיקעיד פראגראם • די גרעסטע ים קאנטעינער שיף פירמע, מאערסק, האט געלאזט הערן א דראמאטישע מעלדונג איבער א נייע "זיכערהייט פי" וואס ווערט ארויפגעלייגט אויף יעדע שיף וואס גייט ארויס פון אמעריקע אדער קאנאדע • עקספערטן אין פלארידע זענען אויפגעקומען מיט א נייע סארט עקסרעי סיסטעם וואס קען כאפן בילדער פון ניסלעך און פרוכט ביז אריין אין די קערל און אזוי האבן א קלארע בילד צי די פרוכט איז געזונט אדער נישט • פארשטייער פון אמעריקע און מעקסיקא האבן נארוואס פארענדיגט די דריטע רונדע געשפרעכן איבער די טוישונגען וואס ביידע לענדער און קאנאדע ווילן האבן אויף די "יו. סי. עם. סי. עי." פרייע האנדל אפמאך צווישן די דריי לענדער •

ג' בראשית פ״ז

סך הכל פון די נייעס: וויצע-פרעזידענט דזשעי די ווענס האָט קלארגעשטעלט אז איראן מוז מאכן אן ערנסטן שניט אין איר נוקלעארע בארייכערונג איידער וואשינגטאן וועט מסכים זיין צו ענדיגן די זיבן-חדשימ'דיגע מלחמה

א פרישע רעקארדירונג צייגט ווי קעמפער פון די תימנ'ער רעגירונג, וואס ווערן געשטיצט דורך די סאודיער, טוען איבערטרעטן מיט שווערע פאנצער-אויטאס מאַסן כוטי קעמפער בעת די בלוטיגע שלאכטן נעבן דעם סטראטעגישן באב על-מאנדעב וואסער וועג • ווייטערדיגע מאסיווע סקול-פראטעסטן האבן איבערגעקערט פראנקרייך דינסטאג, ווען העכער 250,000 מענטשן האבן מארשירט אין די גאַסן, און פרעמיער מיניסטער סעבאסטיען לעקארנו האָט עס באַצייכנט אַלס די ערגסטע קריזיס אין צענדליגער יאָרן • פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געברענגט א כוואַליע קריטיק דורך קאליפארניע באאמטע נאכדעם וואס ער האט געזאגט פאר זיינע שטיצער אין נעבראסקא אז איראן זאָל "חרוב מאכן" לאס אנדזשעלעס אדער סאן דיעגא • וועטער-עקספערטן ווארענען אז די טראפישע דעפרעסיע 'נומער 9' וועט לויט אלע חשבונות ווערן דער ערשטער אטלאנטיק האריקעין פון 2026, ווען עס רוקט זיך אין ריכטונג פון לואיזיאנא און מיסיסיפי • פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געזאגט דינסטאג אז זיין אדמיניסטראציע טראכט זייער ערנסט צו שטעלן אויף האָלד די פעדעראלע געז-שטייער, צוליב די הויכע פרייזן ביי די פּאָמפּס • אין ניו יארק סיטי האט מען געעפנט די ערשטע פערמאנענטע "סקול סטריט," דורך אוועקשטעלן אייזערנע טויערן אויף קלארקאסאן סטריט צווישן וואריק און האדסאן גאסן, פארנט פון די 'סיטי-עז סקול' און 'פי-עס 721' אין לאוער מאנהעטן

ב' בראשית פ״ז

סך הכל פון די נייעס: די תימנער איראַנער געשטיצטע כוטי טעראָריסטן האָבן געוואָרנט היינט אַז סאַודי אַראַביע'ס הימלען וועלן זיין אומפארזיכערט אַזוי לאַנג ווי די סאַודיער וועלן אָנהאַלטן מיט זייערע אַטאַקעס

א בריטישע געריכט האָט אַרויסגעגעבן א לעבנסלענגליכע טורמע אורטייל קעגן דעם קאָוועיטער בירגער אַבדולאַ אלבאדרי, איבער דעם וואָס ער האָט פּרובירט דורכצופירן אַן אַטאַקע ביים מדינת ישראל אַמבאַסאַדע אין לאָנדאָן • סעקרעטערי אָוו סטעיט מאַרקאָ רוביאָ זאָגט אַז די פאַראייניגטע שטאַטן האַלט א נאָנט אויג אויף באַריכטן איבער א שווערע מגיפה אינפעקשאָן ביי א רוסישע לאַבאַראָטאָריע • די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט אָנגעהויבן טעסטן קאָנטער-דראָון טעכנאָלאָגיע ביים מעקסיקאָ גרעניץ, אין א צייט וואָס די אַקטיוויטעטן פון דראָג באַנדעס מיט דראָונס האָבן זיך פאַרמערט • פּרעזידענט טראָמפּ האָט זיך היינט אַרויסגעלאָזט אויף א רייזע קיין נעבראַסקע, וואו ער וועט קאַמפּיינען צווישן רעפּובליקאַנער וויילער פאַר'ן סענאַטאָר פּיטער ריקעטס • פּרעזידענט טראָמפּ האָט געמאָלדן אַז זיין נאַציאָנאַלער שפּיאָנאַזש דירעקטאָר דזשעי קלעיטאָן וועט אויך דינען אַלס עי-איי צאַר • ניו יאָרק סיטי פּובליק סקול באַאַמטע וועלן אויספאָרשן א ברוקלין טיטשער וועלכער ווערט באַשולדיגט אין אויסלויבן דעם כאַמאַס פירער יחיא סינוואר

ו' סוכות פ״ז

סך הכל פון די נייעס: טייוואן האט באקומען די ערשטע צוויי נייע "עף 16" מיליטערישע פליגערס, וואס איז טייל פון א באשטעלונג פון 66 מיליטערישע פליגערס וואס זי האט באשטעלט פון אמעריקע מיט זיבן יאר צוריק

עסנווארד פרייזן איבער דער גארער וועלט זענען געשפרונגען אין סעפטעמבער צום העכסטן שטאפל זייט נאוועמבער 2022, ווערנדיג געטריבן דורך שווערע וועטערס און איבערגעהאקטע גלאבאלע האנדל • די רעגירונג אין נעפאל האט אונטערגענומען א מאסיווע זעקס יאריגע פלאן צו אויסליידיגן פיר געפארפולע גלעישעל טייכן אין די הימאלייען בערג, נאך די קאטאסטראפע וואס האט פאסירט אין אוגוסט מיט די פארפלייצונגען • דער פענטאגאן באטראכט א פלאן אויסצוברייטערן א פלאטע פון דראון שיפלעך וועלכע ווערן גענוצט אינעם ריא גראנדע טייך אפצושטעלן אימיגראנטן און דראגס פון שמוגלערייען אריין פון מעקסיק • פרעזידענט טראמפ האט דאנערשטאג אנגעהויבן א מאסיווע 32 טאגיגע מידטוירם קאמפיין בליץ, מיט סטאפס אין דענטאן, טעקסאס און אין דוראנט, אקלעהאמע, צו קאמפיינען פאר רעפובליקאנער קאנדידאטן • אן אומפארטייאישע גרופע קאנגרעס מיטגלידער האבן גערוקט פאראויס א פלאן צו פארמיידן און בלאקירן פרעזידענט טראמפ פון איינווארפן די היסטארישע קענעדי צענטער • א פעדעראלער ריכטער אין מאנהעטן האט בלאקירט די "אייס" אימיגראציע אגענטור פון דורכפירן ארעסטן אויף אימיגראנטן ביי אימיגראציע געריכט הייזער

ה' סוכות פ״ז

סך הכל פון די נייעס: אויספאָרשער אינעם מיטל-מזרח פּרובירן צו דערגיין די פּונקטליכע מאָטיוו פאַרוואָס דער "פליי דוביי" קאָ-פּילאָט, אַן אמאנער בירגער, האָט געשטאָכן זיין קעפּטעין און צי ער האָט טאַקע געוואָלט היידזשעקן דעם פליגער

סאַדאַם האפטאר, דער מאַכטפולער זוהן פונעם מזרח ליביער מיליטערישער פירער קאַליפאַ האפטאר, האָט זיך מעגליך געטראָפן מיטן מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער אין די עמירעיטס • צוויי צפון קאָרעאַ זעלנער וואָס אוקראַינע האָט געכאַפּט אויפן פראָנט ביים קעמפן פאַר די רוסישע מיליטער, זענען טראַנספערירט געוואָרן פאַר דרום קאָרעאַ, נאָכדעם וואָס זיי האָבן געבעטן צו גיין אַהין • די רעגירונג אין דייטשלאַנד האָט פאַרשפּראָכן צו געבן ווייטערדיגע שטיצע פאַר די אינטערנאַציאָנאַלע קרימינאַלע געריכט, אין א צייט וואָס אַמעריקע זוכט עס אָפּצושוואַכן • טעקסאַס אויטאָריטעטן האָבן אַרעסטירט דעם 40 יעריגער בעני קאלדערא דזשוניאָר נאָכ'ן באַקומען אינפאָרמאַציע אַז ער האָט פּלאַנירט אַן אַטאַקע אויפן טעקסאַס קעפּיטאָל געביידע אין אוסטין • דער סענאַט האָט באַשטעטיגט קיעט סאנדערלינג אַלס פּרעזידענט טראָמפּ'ס נייער פעדעראַלער לעיבאָר סעקרעטאַר אין אַן אָפּשטימונג פון 47 קעגן 41 • דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן אין היציגע פאַרמעסטן אין די היי יעריגע מידטוירם וואַלן טוען מער און מער דערקלערן אַז זיי זענען קאַפּיטאַליסטן, אין א צייט וואָס די רעפּובליקאַנער פּרובירן ארויפצושמירן א לעיבל פון קאָמוניזם און סאָושעליזם אויף די דעמאָקראַטן • סענאַט רעפּובליקאַנער האָבן בלאָקירט א ביל וועלכע וואָלט געפאָדערט די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע אַרויסצושטעלן באַריכטן וועגן די וואַקסנדע געוואַלדטאַטן אינעם מערב ברעג • פּרעזידענט טראָמפּ האָט געזאָגט אַז ער האָט חרטה פאַר'ן אויפנעמען די קאָנסערוואַטיווע ריכטער ניעל גורסאטש, ברעט קאוואנאו און פרוי בערעט פאַר זייערע פּאָזיציעס אינעם סופּרים קאָורט • קאַליפאָרניע און זעקס אַנדערע סטעיטס האָבן אַריינגעגעבן א קלאַגע קעגן די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע, אַז זיי טוען אומלעגאַל צוריקהאַלטן פעדעראַלע פאָנדינג פון די סטעיטס • די פאַמיליע פון אַן אַרעסטאַנט וועלכער איז געשטאָרבן אין רייקערס איילענד, פּלאַנירט א מולטי-מיליאָן דאָלער קלאַגע קעגן ניו יאָרק • די אַפּער איסט סייד אין מאַנהעטן קען זען א שטאַרקע וואוקס אין קאָנסטרוקציע פון גרויסע עפארדעבל האַוזינג פּראָיעקטן אונטער נייע סיטי רעגולאַציעס

ד' סוכות פ״ז

סך הכל פון די נייעס: רוסלאַנד האָט געשאָסן נאָנט צו הונדערט ניינציג דראָונס און באַליסטישע מיסילס איבערנאַכט, צילנדיג קיעוו און די אַרומיגע ענערגיע אינפראַסטרוקטור

צפון קאָרעאַ האָט געלייקנט אַז זיי האָבן געפלאַנצט לאַנד מינעס וואָס האָבן פאַרוואונדעט דריי דרום קאָרעאַ זעלנער אין צוויי באַזונדערע אויפרייסן מיט א וואָך צוריק • אַפגאַניסטאַן'ס טאַליבאַן-געפירטע פאַרטיידיקונגס מיניסטעריום האָט געמאָלדן אַז אירע קרעפטן האָבן אומגעברענגט 41 טעראָריסטן און האָבן פאַרכאַפּט 62 אַנדערע ביים גרעניץ פון פּאַקיסטאַן • אוקראַינע ערוואַרט אַז די טאָטאַל קאָסטן פון די מלחמה היי יאָר אַליינס וועט דערגרייכן צו 155 ביליאָן דאָלער און זיי שטייען אויס א 27 ביליאָן דאָלער פאָנדינג מאַנגל, וואָס קען שטעלן אין געפאַר די מלחמה • די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע איז געוואַקסן מיט 2.2 פּראָצענט אין די צווייטע פערטל יאָר, פון אַפּריל ביז ענדע דזשון, וואָס איז בעסער ווי די אָריגינעלע באַריכט פון 1.5 פּראָצענט • א קאָנעטיקוט פּאַרשוין האָט באַקומען א טורמע אורטייל פון 92 מאָנאַטן, פאַר'ן פּרובירן צו שטיצן אייסיס דורכ'ן טרעוולען קיין אויסלאַנד • אַן ערדציטערניש ביי א שטאַרקקייט פון 3.8 אויפן ריכטערוואג האָט אויפגעטרייסלט טיילן פון דרום קאַליפאָרניע דינסטאָג ביינאַכט • די סופּרים קאָורט וועט אויסהערן א גרויסע קלימאַט קעיס וואָס קען האָבן איינפלוס אויף צענדליגער קלאַגעס וואָס זוכן צו באַקומען ביליאָנען דאָלאַרן פון גאַז און אויל קאָמפּאַניס • נאָנט צו פערציג יאָר נאָכדעם וואָס דער אַרטיסט און אַקטיוויסט ארטורא דע מאדיקא האָט אין געהיים אַוועקגעשטעלט די "טשאַרדזשינג בול" אָקס סטעטשו אויף וואָל סטריט, איז נאָכאַלץ נישט קלאָר פאַר וועמען עס באַלאַנגט • די "ניין עלעווען מעמאָריעל און מוזעאום" האָט שוין ביז אַהער געגעבן לעקציעס פאַר 20 מיליאָן סטודענטן איבער די סעפּטעמבער עלעווען אַטאַקעס

ג' סוכות פ״ז

סך הכל פון די נייעס: דעמאָקראַטן זאָגן אַז זיי גרייטן צו א צאָל אויספאָרשונגען איבער טראָמפּ'ס פאַמיליע ביזנעס דיעלס אויב זיי וועלן געווינען קאָנגרעס אָדער סענאַט קאָנטראָל אין נאָוועמבער

רוסלאַנד האָט אַפּעלירט צו די איראַנער רעזשים אַז זיי זאָלן פאַרבלייבן אָנגעשלאָסן אין די אינטערנאַציאָנאַלע "נוקלעאַרע נאַן פּראָליפירעישאן טריעטי" אָפּמאַך • די דעמאָקראַטישע דרום קאָרעאַ זאָגט אַז צפון קאָרעאַ לאַנד מינעס האָבן געברענגט אַן אויפרייס אינעווייניג אין די "די עם זי" גרעניץ זאָנע מיט א וואָך צוריק, וואו צוויי דרום קאָרעאַ זעלנער זענען פאַרוואונדעט געוואָרן • די יו-ען פּליטים אַגענטור וואָרנט אַז אַן ערנסטע פאָנדינג קריזיס קען איבערלאָזן כמעט אַכט אַהאַלב מיליאָן פּליטים אָן קיין עסנוואַרג הילף היי יאָר • אייראָפּעאישע יוניאָן לענדער האָבן געשפּענדט מער ווי 113.5 ביליאָן דאָלער עקסטער אויף ענערגיע אימפּאָרטס זייט די איראַן מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, טראָץ וואָס זיי האָבן געקויפט די זעלבע קוואַנטומען אויל און גאַז • דער געוועזענער אַמעריקאַנער פּאָליציי אָפיציר לי רייבער איז אַרעסטירט געוואָרן פאַר'ן באַהאַלטן דער פאַקט אַז א רוסישער ביזנעסמאַן איז דער אייגענטומער פון די "אָקסידזשען פאַרענזיקס" קאָמפּאַני וואָס ער האָט אָנגעפירט • אַן אויספאָרשונג דורך די היימלאַנד זיכערהייט דעפּאַרטמענט האָט אויפגעדעקט אַז פערציג פּראָצענט פון אַפגאַנער פּליטים וואָס זענען אַריינגעקומען נאָך די 2021 אַמעריקאַנער עוואַקואַציע פון אַפגאַניסטאַן, האָבן געהאַט פעלערהאַפטיגע דאָקומענטן • א 650 מיליאָן דאָלערדיגע פּלאַן צו מאָדערניזירן די "האנטס פּוינט פּראָדוס מאַרקעט" אין סאַוט בראָנקס איז צעפאַלן נאָכדעם וואָס די גרופּע וואָס קאָנטראָלירט די מאַרקעט האָט אָפּגעוואָרפן דעם פאָרשלאַג • איינוואוינער און ביזנעסער אין איסט האַרלעם געגנט זאָגן אַז די עם-טי-עי טראַנזיט אַגענטור צעשטערט זייער לאָקאַלע עקאָנאָמיע און זייער טאָג-טעגליכע לעבן

ב' סוכות פ״ז

סך הכל פון די נייעס: ניו יאָרק סיטי טשיילד-קעיר פּראָוויידערס זאָגן אַז סיטי קאָנטראַקטן זענען בערך צוועלעף אַהאַלב טויזנט דאָלער ווייניגער פּער קינד ווי וויפיל די עכטע קאָסטן זענען

די בריטישע רעגירונג האָט געמאָלדן אַז זיי וועלן צוריקעפענען זייער פּליטים פּראָגראַם, וואָס וועט אַקצעפּטירן גלייך אין אָנהייב הונדערטער אויסלענדישע מענטשן און צושטעלן דריי נייע ספּאַנסאָרשיפּ וועגן אָנצוקומען קיין ענגלאַנד • פראַנקרייך'ס עקסטרעם-רעכטע "נעשאָנעל ראַלי" פּאַרטיי און אירע פאַרבינדעטע עקסטרעמע פּאַרטייען, האָבן געווינען גענוג זיצן אין די סענאַט וואַלן וואָס זענען פאָרגעקומען זונטאָג, צו קענען פאָרמירן אַן אייגענע קאָקוס • אוקראַינישע קרעפטן האָבן צוריקגעכאַפּט בערך 51 סקווער קילאָמעטער אין צפון דאָניעצק, ברענגענדיג די געווינסן אונטער די נייע "אַפּעראַציע וויוואלדי" צו 176 סקווער קילאָמעטער • פּרעזידענט טראָמפּ זוכט צו בלאָקירן מער ווי 800 מיליאָן דאָלער פעדעראַלע געלטער וואָס קאָנגרעס האָט שוין געהאַט באַשטעטיגט פאַר פּראָגראַמען פון אימיגראַציע, מינאַריטעטן ביזנעסער, עדזשוקעישאן און אויסלענדישע קאָנסערוועישאָן • פעדעראַלע אימיגראַציע אַפּעראַציעס לענגאויס דרום-מערב קענסאַס האָט געברענגט אַן ערנסטע פּראָבלעם פאַר די דאָרטיגע וויכטיגע בהמה פלייש אינדוסטריע • דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט טראָמפּ האָט געזאָגט אַז די פינף אַרעסטירטע פּאַרשוינען האָבן געהאַט אין פּלאַן אָפּצוטאָן גאָר ערנסטע שאָדנס פאַר די באַזע, און מען האָט געטראָפן ביי זיי ריזיגע הויפענעס אויפרייס מאַטעריאַל

סך הכל פון די נייעס: איראן האט ווידערהאלט אז דיפלאמאטיע איז די איינציגסטע עכטע וועג פאראויס צו לעזן די אנגייענדיגע קאנפליקט צווישן איראן און אמעריקע

מדינת ישראל האט פארארדענט האלאנדישע דיפלאמאטן וואס זענען סטאנציאנירט אין די אראבישע שטאט ראמאלא אינעם מערב ברעג, אויפצוגעבן זייער מדינת ישראל דיפלאמאטישע לייסענס • דרום קארעא האט אויסגעדרוקט אויפברויז אריבער דעם וואס דער אוקריינישער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט געמאלדן אין פובליק אז אוקריינע האט איבערגעגעבן 2 צפון קארעא זעלנער פאר דרום קארעא • א מאכטפולע נאר-איסטער שטורעם האט אנגעקלאפט אין די צפון מזרח סטעיטס פון וואשינגטאן ביז מעין אין לויף פון די וויקענד טעג • עטליכע גרויסע רעפובליקאנער גרופעס און פאליטישע סופער-פעקס פארבינדן מיט די פארטיי האבן אנגעהויבן אריינגיסן גרויסע געלטער אין 39 קאנגרעס פארמעסטן וואס זענען ביז יעצט באטראכט געווארן אלס פארזיכערט פאר די פארטיי • די סופרים קאורט האט פארבאטן מיזורי פון נוצן א רעפובליקאנער צוזאמגעשטעלטע קאנגרעס מאפע פאר די קומענדיגע מידטוירם וואלן, זאגנדיג אז זיי מוזן נוצן די אלטע מאפע • ניו יארק סיטי באאמטע ערווארטן אז מארגן מאנטאג צופרי וועט די סיטי'ס טראנזיט סיסטעם און פובליק שאסייען שוין זיין צוריקגעשטעלט געהעריג אויפן סקעדזשול

ה' פ״ז

אקטועלע נייעס: קאר ריפעיר קאסטן זענען שטארק ארויף, האלטנדיג יעצט דעם זומער כמעט זיבן פראצענט העכער ווי א יאר פריער, און נאך אלץ זענען די קאר אינשורענס פרימיומס אויפ'ן וועג אראפ

ריעל עסטעיט און קאנסטראקשען פירמעס זאגן אז די הויפט אורזאך פארוואס די קאסטן פון בויען איז לעצטנס געווארן צוריק טייער, קומט פון עפעס וואס איז נישט געווענליך אויף די ערשטע רייע פון עקאנאמישע פאקטארן ביי קאנסטראקשען • קומענדיג אונטער גאר שארפע דרוק פון וואשינגטאן צו שניידן איבעריגע אויסגעבן אונטער מעדיקעיד, האט די סטעיט העלט דעפארטמענט אין אלבאני אונטערגענומען ערנסטע שריט צו באטראכטן קלעימס אונטער "מעדיקעיד" און נישט באצאלן אזוי שנעל ווי פריער • די גאר שטארקע און אומגעראכטענע פאזיטיווע רעזולטאטן פון א נייע טריטמענט קעגן שווערע קרענק ל"ע, דורך די "מאדערנא" פירמע, האט געברענגט זייער א דראמאטישע דילעמא פאר די פארמאסוטיקל אינדוסטריע

ד' פ״ז

סך הכל פון די נייעס: פּרעזידענט טראָמפּ וועט צושטעלן א גרויסע אויפנאַמע פאַר'ן כינעזער פּרעזידענט דזשינפּינג אין וואַשינגטאָן, וועלכער וועט זיך געפונען אין אַמעריקע פאַר דריי טעג

דער סירישער פּרעזידענט אַכמעד על שארא האָט געזאָגט ביי זיין רעדע ביי די יו-ען דזשענעראַל אַסעמבלי אַז שלום צווישן סיריע און מדינת ישראל איז נאָכאַלץ א מעגליכקייט • אַמעריקע און איראַן האָבן געהאַט זייער ערשטע דיפּלאָמאַטישע קאָנטאַקטן אין לאַנגע מאָנאַטן, וואָס האָט געברענגט פרישע האָפענונג פאַר פאָרשריט אין ענדיגן די מיטל-מזרח מלחמה • די דריי ליבעראַלע נייעס אַגענטורן וואָס זענען בלאָקירט געוואָרן פונעם ווייסן הויז, וועלן היינט האָבן א הירינג פאָרנט פון א פעדעראַלן ריכטער, צו בעטן אַז מען זאָל זיי צוריקגעבן צוטריט צום ווייסן הויז • פּרעזידענט טראָמפּ זאָגט אַז ער שטיצט צו פאַרבאָטן אַמעריקאַנער דיזעל עקספּאָרטן מיטן ציל צו נידערן די רעקאָרד הויכע פּרייזן, אָבער ענערגיע אַנאַליסטן זאָגן אַז עס קען ברענגען פּראָבלעמען • די פעדעראַלע רעגירונג זאָגט אַז זייער געפּלאַנטע נייע עי-איי לופט טראַפיק קאָנטראָל סיסטעם וועט פאַרמיידן קאָמיוניקאַציע פּראָבלעמען וואָס ברענגען שוועריגקייטן • ניו יאָרק סיטי'ס ערשטע וואָך פון די הערבסט סעזאָן וועט זיך ענדיגן מיט א שטורמישע "נאָר-איסטער" שטורעם וועלכע קומט אַריין אינעם ראַיאָן

א' עשרת ימי תשובה פ״ז

סך הכל פון די נייעס: א פאטער פון זעקס קינדער איז אומגעקומען אין א פאלעסטינער שיסעריי-אטאקע ביי א קוואל נעבן דעם שטעטל נוה צוף אין די מערב ברעג, עטליכע שעה פאר יום כיפור

איראנ'ס צענטראלע מיליטערישע קאמאנד זאגט אז זי האט באקומען אינפארמאציע אז די פאראייניגטע שטאטן, מיט די שטיצע פון געוויסע לענדער אין ראיאן, גרייט זיך צוריק אנצוהייבן מיליטערישע אטאקעס קעגן איראן • אוקראינע האט ארויסגעשאסן מער ווי 1,000 דראונס קיין רוסלאנד איבערנאכט, אין אן אנטוויקלונג וואס באאמטע אין מאסקווע האבן באצייכנט אלס די גרעסטע דראון אטאקע צו צילן די רוסישע הויפטשטאט • פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געזאגט זונטאג אז זײן געפלאנטער 250-פוסיגער טויער נעבן דעם ארלינגטאן נאציאנאלע סעמעטערי וועט אויך דינען אלס א מיליטערישער קאמפלעקס • דאס ווײסע הויז האט שבת בלאקירט די צוטריט פאר זשורנאליסטן פון סי-ען-ען, עם-עס נאו און פאליטיקא פון די גאנצע פרעזידענטליכע קאמפלעקס, אויספירנדיג דעם פארבאט וואס פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געמאלדן קעגן די דרײ נייעס ארגאניזאציעס • פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געזאגט אז ער פלאנט אויפצושטעלן אן "עי-איי פארס" און צו שטעלן א נייעם עי-איי "צאר", אבער ער האט צוגעשטעלט ווייניג דעטאלן איבער ווי אזוי אזאך זאך וועט פונקציאנירן • ניו יארק סיטי דרייווערס דארפן זיך גרייטן אויף גאר שווערע טראפיק אנהייבנדיג מאנטאג, ווען די יונייטעד נעישאנס דזשענעראל אסעמבלי ברענגט וועלט פירער, פראטעסטן, זיכערהייט אפעראציעס און פארמאכטע גאסן קיין מידטאון מאנהעטן

ו' האזינו פ״ז

סך הכל פון די נייעס: רוסלאַנד גייט היינט צו די וואַלן צום פּאַרלאַמענט, אין אַ דריי-טאָגיגע עלעקשאָן וואָס פּוטין נוצט אויס צו צייגן אַז די רוסישע פאָלק שטיצט גאָר שטאַרק זיין מלחמה אין אוקראַינע

כינע האָט פאַרלאַנגט פון איראַן אָפּצוהאַלטן די תימנ'ער כוטי רעבעלן פון ווייטערדיגע אַטאַקעס, נאָכדעם וואָס סאַודי אַראַביע האָט זיך געוואָנדן קיין בעידזשינג דערוועגן • פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האַלט בעפאָר'ן מאַכן א באַשלוס צי מען זאָל צוריק אָנהייבן ברייטע אַטאַקעס אויף איראַן, צו ברענגען אַן ענדע צו די מלחמה אויף א שנעלע פאַרנעם • אַ פעדעראַלער ריכטער אין וואַשינגטאָן האָט באַפוילן פאַר די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע צו געבן דרייסיג טעג וואָרענונג איידער זיי נעמען סיי וועלכע שריט אראפצואווארפן דעם היסטאָרישן קענעדי צענטער • די רעקאָרד הויכע דיזעל פּרייזן אין אַמעריקע האָבן א שווערע אפעקט אויף די פאַרמערס איבערן לאַנד, שטייענדיג אינמיטן פון די וויכטיגע שניט סעזאָן, ווען די טראַקטאָרס און מאַשינען פאָדערן אַסאַך ברענשטאָף • די פעדעראַלע אַוויאַציע אַגענטור גרייט זיך אויף עקסטערע קאָסטן פון אַרום 100 מיליאָן דאָלאַר בלויז פון טאַריפס, אַלס טייל פונעם ריזיגן פופצן ביליאָן דאָלאַרדיגן פּראָיעקט צו מאָדערניזירן לופט טראַפיק קאָנטראָל • די רעקאָרד הויכע דיזעל פּרייזן אין אַמעריקע האָבן א שווערע אפעקט אויף די פאַרמערס איבערן לאַנד, שטייענדיג אינמיטן פון די וויכטיגע שניט סעזאָן, ווען די טראַקטאָרס און מאַשינען פאָדערן אַסאַך ברענשטאָף • די ניו יאָרק סיטי פּאָליציי גרייט זיך אויף טעגליכע פּראָטעסטן און שווערע טראַפיק כאַאָס איבער מאַנהעטן קומענדיגע וואָך, ווען פירער פון קרוב צו צוויי הונדערט לענדער קומען זיך צונויף צו די יערליכע יו-ען אַסעמבלי

ה' האזינו פ״ז

אקטועלע נייעס: ביזנעס פירערשאפט אנאליסטן שרייבן אז צופיל קאמפאניס האבן נישט גענוג אינשורענס קעגן שאדנס פון קאמפיוטער פראבלעמען, העקינג, סייבער אטאקעס, אד"ג

בענק אוו אמעריקע האט געמאלדן א פלאן צו אינוועסטירן 250 ביליאן דאלאר, אדער א פערטל טריליאן דאלאר, אין פארגעשריטענע פראיעקטן וואס זענען וויכטיגע אינפרא-סטרוקטור פאר די נאציאנאלע עקאנאמיע אין אמעריקע • וואלווא האט ארויסגעשטעלט א פאזיטיווע שאצונג, אז די קאמפאני ערווארטעט סעילס צו ווערן היבש בעסער אין די קומענדיגע זעקס מאנאטן, דורך מער וואוקס אין אמעריקע און א שטארקע מארקעט אין אייראפע • א גרונטליכע איבערזיכט אויף קאמפיוטער טעכנאלאגיע און טשיפ פירמעס צייגט, אז די גרעסטע דזשאב פארלוסטן פון די אינדוסטריע איז דוקא ביי די דאזיגע קאמפאניס • אין די עירליין אינדוסטריע זענען אלץ דא אויסנאם טיקעטס וואס זענען ביליגער ווי סתם אזוי, למשל יעצט מיט טיקעטס קיין דרום אמעריקע, אבער אין אלגעמיין איז דא א שטארקע אינפלאציע ביי עירליין טיקעטס אין אמעריקע