בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' לך לך פ״ז

מיט צופרידנהייט שטעלן מיר פאר פארן ברייטן ציבור דעם באנייטן און פארבעסערטן 'אידיש24' וועבסייט:
YIDDISH24.COM
אידיש24 איז א זעלבסטשטענדיגע, היימישע פלאטפארמע וואס איז געווידמעט צוצושטעלן נייעס, פאדקעסטס, שמועסן, ווידעא און נאך, מיטן ציל צו שאפן א רואיג, באקוועם ארט אויפן ברייטן אינטערנעט, ווי יעדער שמועס אדער ווידעא ווערט איבערגעקוקט, כדי צו פארזיכערן אז אלעס איז אויסגעהאלטן.
די פלאטפארמע ווערט געפירט דורך א שטאב פון היימישע אינגעלייט וועלכע לייגן אריין קאפ אראפצוגעבן אן ערשטקלאסיגע ארבעט — א קאמבינאציע פון פראפעסיאנאליזם, קוואליטעט, און ערליכקייט.
די אידיש24 שרייבער-שטאב ארבעטן כסדר צו ברענגען פרישע און פארלעסליכע באריכטן פון איבער דער גארער וועלט, באזונדער וועט זיין א קנעפל צו הערן קורצע נייעס פונעם "קול מבשר" פלאטפארמע (געברענגט מיט רשות).
צו קענען מיטהאלטן אינטערסאנטע געשעענישן אויפן שפיץ גאפל, שטעלן מיר פאר די נייע "טשיק-טשאק" אפטיילונג, ווי אידיש24 שטאב קלויבט צונויף אינטערעסאנטע און כשר'ע קורצע ווידעאס, סטאטוסן און מאמענטן, - אלעס ווערט באזונדער אפגעקליבן און קאנטראלירט, אויף א ריינעם פארזיכערטן אופן.
אין די קומענדיגע וואכן און חדשים וועלן מיר בעז"ה צולייגן נאך פרישע אפטיילונגען, ספעציעלע פראגראמען, און נייע טעכנאלאגישע פונקציעס וואס וועלן מאכן אייער באנוץ אויף אידיש24 פיל מער באקוועם, גרינג און אינהאלטסרייך.
אונזער טיר איז שטענדיג אפן צו הערן פונעם ציבור, צו ארייננעמען פרישע געדאנקען, אדער פאר סיי וועלכע פראגע:
נייעס און נייעס-טיפס:
האט איר א פרישן שטיקל נייעס, אן עקסקלוסיווע בילד אדער א באריכט? שיקט עס צו: [email protected]
ווידעאס, פאדקעסטס און שמועסן:
ווילט איר פארשפרייטן אן אינטערעסאנטן שמועס, פראגראם אדער ווידעא? שיקט עס צו: [email protected]
(אלעס ווערן צוערשט דורכגעקוקט דורך די רעדאקציע און ווערן פובליצירט לויט די תקנות און סטאנדארטן פון אידיש24).
אדווערטייזינג:
צו שטעלן אייער ביזנעס פארנט פון צענדליגער טויזנטער אויגן אויפן וועבסייט אדער עפפ: [email protected]
הערות, פארשלאגן און קריטיק:
אייער מיינונג איז זייער וויכטיג, פאר אלע אלגעמיינע פראגעס שרייבט צו: [email protected]
מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פונעם נייעם אויסשטעל, און מיר קוקן פאראויס צו מאכן דעם וועבסייט בעסער און שענער.
מיט שעצונג און דאנק,
די אידיש24 רעדאקציע

ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפאלי האט פארשפראכן אז די סטעיט וועט פארזעצן צו אינוועסטירן פענסיע פאנדס אין מדינת ישראל רעגירונג באנדס.
דינאפאלי האט געזאגט אז די סטעיט אונטער זיין פירערשאפט וועט זיך נישט ברעכן פאר די פרעשור וואס פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן האבן אנגעהויבן לייגן, אינאיינעם מיט ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני, אז מען זאל אפשטעלן די אינוועסטמענט.
אלעס אינאיינעם פארמאגט די סטעיט'ס 309 ביליאן דאלער רעטייערמענט פאנד ארום 360 מיליאן דאלער אין מדינת ישראל אינוועסטמענטס, און דינאפאלי זאגט אז דאס וועט זיך קיינמאל נישט טוישן.

עקסטרעמע פיגורן אינערהאלב די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די רעזשים פירערשאפט, אז מען זאל באנייען די מיליטערישע אטאקעס.
אינערליכע געשפרעכן צווישן רעזשים פיגורן קומען פאר, צי מען זאל אטאקירן מדינת ישראל דירעקט אדער זאל מען צילן אויל אינפרראסטרוקטור לענגאויס די פערסישע גאלף, צו שיקן א קלארע מעסעדזש פאר אמעריקע.
אויב וועלן די עקסטרעמיסטן געווינען די אינערליכע רייבעריי, וועט איראן אטאקירן אויל איינריכטונגען אין די עמירעיטס, קאוועיט און איראק, און עס וועט נאכמער ארויפברענגען די פרייזן פון גלאבאלע ענערגיע.

ניו יארק'ס דעמאקראטישע פארטיי האט באשטעטיגט א רעזאלוציע וואס פארדאמט אנטיסעמיטיזם, נאכדעם וואס דער טשעירמאן פון די פארטיי דזשעי דזשעיקאבס איז ווידערוויילט געווארן. די רעזאלוציע פארדאמט סיי וועלכע פרואוון צו לייקענען דעם האלאקאוסט, סיי וועלכע אנטי-אידישע קאנספיראציע טעאריעס, באשולדיגונגען אז אידן זענען נישט לאיאל צו אמעריקע, און אויך שוהלן סטראשונקעס און וואנדאליזם. די רעזאלוציע לויבט אויך אויס גאווערנאר האקול'ס שוהלן באפער זאנע באשיצונג און דאס וואס מעיאר מאמדאני האט צוגעשטעלט א 900 פראצענטיגע העכערונג אין פאנדינג פאר פראגראמען צו באשיצן שוהלן.

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט פארגעשלאגן א דריי שפיציגע סאמיט צווישן אים, פרעזידענט טראמפ און דער כינעזער פרעזידענט דזשינפינג קומענדיגן חודש, צו באהאנדלען די אוקריינע קריג.
לויט א באריכט האט פוטין אויפגעברענגט די פארשלאג ביי א טעלעפאן קאל מיט טראמפ, וואס ביי דעם קאל האט מען אויך באשטעטיגט די אפמאך איבער רוסישע דיזעל ברענשטאף עקספארטן קיין אמעריקעץ
דער קרעמלין ווארטזאגער פעסקאוו האט באשטעטיגט געשפרעכן וועגן א זיצונג צווישן פוטין, טראמפ און דזשינפינג, אבער האט געזאגט אז קיין שום דעטאלן זענען נאכנישט באשטעטיגט געווארן.

א' לך לך פ״ז

איראַן האָט געשיקט א סיגנאַל פאַר אַמעריקע אַז די "האָרמוז וואַסער וועג" קען זיך צוריקעפענען אין זעקס טעג, אויב וועט אַמעריקע אַקצעפּטירן א ליסטע פון זיבן איראַנער פאַרלאַנגען. איראַן'ס אויסערן מיניסטער אַבאַס אראכטשי האָט געזאָגט אַז איראַן פאָדערט אַוועקצונעמען די אַמעריקאַנער נעווי בלאָקאַדע, עלימינירן די סאטנקציעס אויף אויל עקספארטס, און אָפּשטעלן אַנדערע מלחמות אינעם ראַיאָן. אראכטשי זאָגט אַז די דיפּלאָמאַטישע געשפּרעכן קענען זיך צוריק אָנהייבן גלייך נאָך וואָס אַמעריקע וועט מסכים זיין צו די פאַרלאַנגען און גלייך נאָך וואָס די הארמוז וועט זיך צוריקעפענען.

די 'עם-טי-עי' האט אינטערגענומען א פראיעקט צו ערזעצן שינעס סוויטשעס נעבן די מארסי סטאנציע אין וויליאמסבורג וואס גייט אפעקטירן באן סערוויס

דורכאויס די צייט פון די ארבייט אין לויף פון די וויקענד טעג, וועלן נישט פארן דזשעי. און עם. באינען צווישן מורטל עוועניו-בראודוועי און דילענסי סטריט-עסעקס סטריט. אינמיטן די וואך וועט זיך אויך שפירן די אפעקט דערפון, וויבאלד דזשעי. באנען אינמיטן טאג וועלן זיך אפשטעלן ביי יעדע סטאנציע לענגאויס די ראוט צווישן מארסי און מורטל, וואס באדייט אז רייזעס וועלן נעמען לענגער ווי געווענטליך.

מדינת ישראל גענוצט אומשולדיגע אנליין עדס צו אינסטאלירן שפיאנאזש סאפטוועיר אין על דזשיזארא אפיסעס

צוויי מדינת ישראל טעכנאלאגיע קאמפאניס האבן גענוצט אנליין אדווערטייזמענטס צו אינסטאלירן אין געהיים פארגעשריטענע שפיאנאזש סאפטוועיר אויף 45 קאמפיוטערס וואס באלאנגען פאר די על דזשאזירא נייעס אגענטור. א נייע אויספארשונג דורך טאראנטא יוניווערסיטי האט אויפגעדעקט די מדינת ישראל שפיאנאזש אויף די קאטאר-באזירטע נייעס אגענטור, זאגנדיג אז דאס איז אנגעגאנגען אין לויף פון 2024 און 2025. די סאפטוועיר האט ערלויבט מדינת ישראל צו האלטן סורוועילענס אין על דזשאזירא, און וויסן פונקטליך וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב די נייעס אגענטור וואס ווערט באשולדיגט אין ארבעטן צוזאמען מיט כאמאס.

פרישע סעריע נאציאנאלע אנקעטעס צייגן אז טראמפ'ס צעפרידנהייט ציפערן זענען ווייטער דראסטיש געפאלן

דריי נייע נאַציאָנאַלע אַנקעטעס צייגן אַז פּרעזידענט טראָמפּ'ס ציפערן זענען געפאַלן ווייטער, שטייענדיג געציילטע וואָכן בעפאָר די מידטוירם וואַלן. לויט די דריי אַנקעטעס שטייט טראָמפּ'ס צופרידנהייט ציפער ערגעץ צווישן 33 ביז 36 פּראָצענט, און דעמאָקראַטן שטייען פאָראויס פון רעפּובליקאַנער מיט צווישן אַכט ביז צען פּראָצענט צווישן רעגיסטרירטע וויילער. נאָר 21 פּראָצענט וויילער זאָגן אַז טראָמפּ באַהאַנדלט גוט דעם פּראָבלעם פון הויכע לעבנס קאָסטן, און איין אַנקעטע צייגט אַז מער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן פּרובירן זיך אָפּצושאָקלען פון טראָמפּ.

איראנער איסלאמישע גווארדיע העלפט ארויס כוטי טעראריסטן מיט זעלנער און וואפנס פאר אטאקעס קעגן סאודי אראביע

די איראנער איסלאמישע רעוואלוציאנערע גווארדיע האט אנגעהויבן דירעקט צו העלפן די כוטי טעראריסטן אין תימן דורכצופירן מער און מער פארגעשריטענע מיסיל און דראון אטאקעס קעגן סאודי אראביע. לויט א נייע אויפדעקונג געפונען זיך איראנער מיליטערישע אפיצירן אין תימן, און זיי אפערירן אינאיינעם מיט די כוטי קרעפטן, צושטעלנדיג פאר זיי שפיאנאזש, אינפארמאציע און אנווייזונגען פאר אטאקעס אויף סאודיער לופטפעלדער, אויל איינריכטונגען און טאנקערס. באזונדער האט איראן גענוצט איר ציווילע מאהאר עירליין צו טראנספארטירן וואפנס, מיסיל גיידענס סיסטעמס, דראון טיילן און גווארדיע זעלנער אריין צו כוטי קאנטראלירטע טיילן פון תימן.

וויצע פרעזידענט דזשעי-די ווענס גיסט קאלט וואסער אויף פאטענציעלע פרעזידענט קאנדידאטור אין יאר 2028

טראָץ וואָס יעדער גרייט זיך שוין דערפאַר, האָט וויצע פּרעזידענט ווענס געזאָגט אַז עס איז גאָרנישט אַזוי זיכער אַז ער וועט טאַקע לויפן פאַר פּרעזידענט. ווענס זאָגט אַז ער האָט פיר יונגע קינדער אינדערהיים און ער דאַרף זיך רעכענען מיט'ן פאַקט אַז אויב ער געווינט די פּרעזידענטשאַפט וועלן זיי ווערן נאָכאַנאַנד געדעקט אין די מידיאַ, און דאָס וועט האָבן א שטאַרקע אימפּאַקט. דער וויצע פּרעזידענט האָט געזאָגט אַז ער וועט ווייטער באַהאַנדלען די פראַגע צי ער זאָל לויפן פאַר פּרעזידענט, נאָכדעם וואָס די יעצטיגע מידטוירם וואַלן וועלן זיין פאַראיבער.

פרישע אנקעטע געבט פאר ליכוד פארטיי 29 זיצן און אינאיינעם וועט די רעכטע בלאק געווינען 61 זיצן אין מדנ"י וואלן

א נייע אַנקעטע צייגט אַז די ליכוד פּאַרטיי פון מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער נתניהו וועט געווינען 29 זיצן, און גדי אייזענקאט'ס ישר פּאַרטיי וועט באַקומען 22 זיצן. די רעכטע קאָאַליציע פון אַלע פּאַרטייען אינאיינעם וועלן באַקומען א שמאָלע מאַיאָריטעט פון 61 זיצן, קעגן די 59 זיצן פאַר די אָפּאָזיציע פּאַרטייען, שטייענדיג 9 טעג בעפאָר די ארטעיגע וואַלן. די ש"ס און נפתלי בענעט פּאַרטייען וועלן באַקומען יעדער 10 זיצן, און יהדות התורה פּאַרטיי וועט באַקומען אַכט זיצן.

וויצע פרעזידענט ווענס דעקלארירט אז, אין געוויסע וועגן, האט אמעריקע גאר שטארק געזיגט אין איראן מלחמה

וויצע פּרעזידענט ווענס האָט געזאָגט אַז אַמעריקע האָט אין געוויסע וועגן גאָר שטאַרק געווינען די מלחמה קעגן איראַן, אָבער האָט אַנערקענט אַז די איראַנער רעזשים איז ווייטער אַקטיוו מיליטעריש. געבנדיג אַן אויפטריט ביי א טאַון האָל בעפאָר די וואַלן, האָט ווענס פאַרטיידיגט פּרעזידענט טראָמפּ'ס באַשלוס אונטענרצונעמען די מלחמה קעגן איראַן, זאָגנדיג אַז מען מוז פאַרמיידן איראַן פון באַקומען א נוקלעאַרע וואָפן. ווענס'ס קאָמענטאַרן 'קומען טראָץ וואָס ער איז אָריגינעל געווען אויסגעשפּראָכן קעגן אונטערנעמען א מלחמה קעגן איראַן, און עס קומט האַרט בעפאָר די מידטוירם וואַלן וואו וויילער באַקלאָגן זיך וועגן הויכע גאַזאָלין פּרייזן פאַרבינדן מיט די מלחמה.

סירישע רעגירונג ארויסגעשטעלט גאר שארפע פארדאמונג קעגן פארמערטע מדינת ישראל מיליטערישע אקטיוויטעטן

סיריע'ס אויסערן מיניסטעריום האָט פאַרדאַמט מדינת ישראל'ס מיליטערישע אַפּעראַציעס אין דרום סיריע, זאָגנדיג אַז די מיליטער האָט אָנגעהויבן דורכפירן מער שריט אין קואינטערא און דארא פּראָווינצן. די סירישע רעגירונג זאָגט אַז מדינת ישראל מיליטערישע אַקטיוויטעטן אין די פּראָווינצן נעמען אַריין פאַרמערטע אַפּעראַציעס מיט העליקאָפּטערס, דראָונס און מיליטערישע קאַמפס פליגערס. סיריע זאָגט אַז וועלט'ס לענדער דאַרפן זיך אַריינמישן און העלפן אָפּשטעלן די מדינת ישראל מיליטערישע אַקטיוויטעטן, זאָגנדיג אַז דאָס פאַרלעצט סיריע'ס זעלבסטשטענדיגקייט אַלס א לאַנד.

טרעזשורי סעקרעטאר בעסענט ווארנט זעלענסקי צו זיין פארזיכטיג מיט באשולדיגונגען ארום סטארלינק סאטעליטן

טרעזשורי סעקרעטאַר סקאַט בעסענט האָט געואורנט דעם אוקריינישן פּרעזידענט זעלענסקי צו זיין זייער פאָרזיכטיג מיטן באַשולדיגן אַמעריקע אין צוימען צוטריט צו סטארלינק סאטעלייטס. זעלענסקי זאָגט אַז אַמעריקאַנער צוןימונגען אויף די סאַטעליט נעטוואָרק האָט פאַרשווערט אוקראַינע זיך צו קענען פאַרטיידיגן קעגן די רוסישע אַטאַקעס, און האָט אויך בלאָקירט וויכטיגע שפּיאָנאַזש פון אוקראַינע. בעסענט זאָגט אַז די באַשולדיגונגען זענען לעכערליך, זאָגנדיג אַז פּרעזידענט טראָמפּ און סעקרעטערי אָוו סטעיט מאַרקאָ רוביאָ האָבן קלאָר געלייקנט סיי וועלכע אַמעריקאַנער ראָלע אין אָפּשטעלן די סטארלינק.

דער געוועזענער וויצא פרעזידענט מייק פענס איז ארויס געקומען מיט א רוף פאר פרעזידענט טראמפ צוריק צו שטעלן סאנקציעס אויף רוסלאנד

ער האט דערביי פארדאמט די דיזעיל אפמאך מיט רוסלאנד. פענס זאגט אז טראמפ'ס באשלוס אראפ צו נעמען סאנקציעס אין צייט וואס פוטין גייט אן מיט א ברוטאלע מלחמה, דינט נישט די אינטערעסן פון אמעריקא און דארף ווערן צוריק געדרייט. ער זאגט אז פוטין איז א קריגס קרימינאל וועלכע פארשטייט בלויז שטארקייט, און יעצט איז די צייט זיך ארויס צו שטעלן אקעגן רוסלאנד'ס אגרעסיע, גענוי ווי טראמפ האט געטון ביי זיין ערשטע טערמין, ווען ער – פענס – האט סערווירט אלץ זיין וויצא פרעזידענט.

טראגעדיע אין אינדיע: ר' מיכאל אליעזר דייטש ז"ל פון מודיעין עילית אומגעקומען אין שווערן עקסידענט אין עלטער פון 37 יאר

א טראגעדיע האט פאסירט אין אינדיע, ווי עס איז נפטר געווארן אן אינגערמאן פון מודיעין עילית אין אר"י, וואס איז געווען צוגאסט אין צפון אינדיע פאר ביזנעס. הרה"ח ר' מיכאל אליעזר דייטש ע"ה, איז אומגעקומען אין א עקסידענט זייענדיג אין דער שטאט רישיקעש אין צפון אינדיע, און עסקנים ארבייטן מיט די ארטיגע באאמטע צו באפרייען דעם נפטר וואס שנעלער אים צו קענען ברענגן לקבורה. בשורות טובות

פרישע ציפערן ארויס געקומען ווייזן אויף א דראסטישע העכערונג פון אי-בייק געשעדיגטע לענגאויס אמעריקא

דורכאויס די לעצטע דריי יאר זענען אמערדזשענסי רום באזיכן צוליב אי-בייק וואונדן געשטיגן מיט א מאסיווע 760 פראצענט, און ווען מען קוקט בלויז אויף קינדער איז עס געשטיגן מיט אן אסטראנאמישן ראטע פון 1,810 פראצענט. געשעדיגטע פון טראדיציאנאלא ביציקלעך איז נאך אלץ פיל פיל העכער, אבער די וואוקס ראטע די לעצטע דריי יאר איז געווען בלויז 7.9 פראצענט.

אין א רעדע צום פראנצויזישן פאלק האט פרעזידענט עמענועל מעקרון שארף פארדאמט די אומריען וואס זענען נעכטן פארגעקומען

באצייכענענדיג די ראיאטירער אלץ דיסידענטן וועלכע האבן פראבירט אראפ צו ברענגן די פראנצויזישע ריפובליק. מעקרון זאגט אז ווען מען קוקט איבער די בילדער פון די שרעקליכע סצענעס פרעגט יעדער וויאזוי עס קען זיין אז א פראנצויזישער מענטש זאל טון אזא זאך פאר פראנקרייך. ער זאגט אז פראנקרייך שפירט זיך אויפגעברויזט און פארשעמט, די וועלכע האבן געפלידנערט וועלן דארפן צאלן פאר די שאדן, און די וועלכע האבן געוואלט אראפ ברענגן דעם ריפובליק וועלן געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך.

ארקיע האט געמאלדן, אז די עירליין גייט אנפאנגן צושטעלן רעגלמעסיגע נאן-סטאפ פלייטס קיין אייסלאנד, די ערשטע מדינת ישראל עירליין אהין צו פליען

אייסלאנד, וואס געפונט זיך ביי די צפון אטלאנטישער ים, האט איינס פון די הערליכסטע נאטור ערטער איבער די וועלט, מיט אקטיווע וואלקענאס, מאכטפולע וואסערפאלן און נאך גאר אסאך. אין די לעצטערע יארן איז די ארט געווארן פאפולער צווישן מדינת ישראל טוריסטן, וועלכע דארפן פליען מיט א קאנעקטינג פליייט דורך אייראפע צו קענען דארט אנקומען.