אלגעמיינע אינטערוויוס
באלערנדע שמועסן! אפעטיטליכע אינטערוויוס מיט פאפולערע פיגורן; וואו זיי לופטערן זאכליכע ידיעות פון וואס מ'קען פיל יונק זיין.

ה' נח פ״ז

אלגעמיינע אינטערוויוס: הרב ישראל דאנדראוויטש - אינטערסאנטע אויפדעקונגען ארום סדר בראשית

אינטערסאנטע געשיכטע ארום די ווייב פון תרח / דער איד וואס האט פארגעסן דעם נאמען ביים ברית / דער מאדנער מענטש וואס האט אפגעשטעלט רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל / מקורות ארום די סגולה צו זאגן די נאמען פון אברהם אבינו'ס מאמע / און נאך

ג' נח פ״ז

אלגעמיינע אינטערוויוס: הרב חיים מאיר אפפעל - קרישקעלעך פון לוח דבר בעיתו תשפ"ז

תשפ"ז איז די לענגסטע יאר אין די אידישע לוח / חשוון און כסלו מלא אדער חסר / א ווינטער פון 7 פולע חדשים / תחנון נאכן מוליד / ימים טובים געפאלן שבת / יקנה"ז / עירוב תבשולין / זעלטענע הפטורת / א ליקוי חמה סוף חודש תמוז / דער טאג וואס איז דא נאר איינמאל אין 3 יאר

ב' נח פ״ז

אלגעמיינע אינטערוויוס: ר' מענדל ברוין – די רעוואלוציע און פארשריט פון "עי-איי"

טעכנאלאגיע מבין ר' מענדל ברוין שמועסט איבער "עי-איי" ביים היימישן ציבור און לייגט אראפ א ברייטן בליק איבער די ספעציעלע אידישע חלקים און כלים וואס ווערן כסדר צוגעפאסט, וויאזוי היימישע ביזנעסלייט שפארן זיך שעות און ריזיגע געלטער, און א בליק אריין אין די צוקונפט

ה' בראשית פ״ז

אלגעמיינע אינטערוויוס: המחנך הרב דוד ראזענבערג - טיפס פון חינוך צום נייעם לערנן יאר

אויסלערנען קינדער "לייף סקילס" ווי אזוי צו לעבן מיט חברים / ווי אזוי צו קאנטארלירן די בושה / מחנכים אליינס א ביישפיל / קינדער און בחורים מיט שוועריגקייטן / נייע שנת הלימודים / וואס באדייט "על פי דרכו" / אפשאקלען פונעם כבר צו א נייעם עתיד

ג' בראשית פ״ז

אלגעמיינע אינטערוויוס: הרב משה דוועק שליט"א - לעבעדיג אין אור כשדים מיט גויים וואס רעדן נאך היינט אראמיש

באזונדערע באזוכן צפון און דרום טורקיי דעם פארלאפענעם זוממער / לעבעדיג אין אור כשדים אויפן גרעניץ פון סורי' / אויפן פליגער מיטן חאמאס פיהרער / ווי איז ספרד? / איזמיר / מנהגים פון טויזנטער יארן / ווינקערייען פאר שמונה עשרה / זאלץ פיש / די הויז פון משיח שקר / די נשמה באנק / פארלוירן 10 פונט אונטערוועגנס / תרשיש פון מפטיר יונה / די ארט פון חנה ושבעת בניה / קילעס / די הויז פון אברהם אבינו / גויים וואס רעדן נאך היינט אראמיש

ו' סוכות פ״ז

חול המועד פראגראם: די וועלט עס דרייט זיך די פערטע חלק: ר' אלימלך זאבעל מיט ר' אליעזר קרויס

א סך הכל שמועס צווישן אלימלך זאבעל מיט אליעזר קרויס איבער צען קרישקעלעך און באגריפן וואס זענען אריינגעקומען ביים היימישן ציבור אין די לעצטערע יארן

חול המועד פראגראם: לעבעדיגע באזוכן ביי פארשידענע חסידות'ער צו זען פון די נאנט אינטערסאנטע מאכלי שבת אין די חסידישע הויפן

ר' וועלוול שמעלצער און ר' הענדל ברייער מאכן לעבעדיגע באזוכן און שמועסן מיט מבינים פון פיר הויפן, אריינקוקנדיג אין די ספעציעלע און אייגנארטיגע מאכלי שבת וואס באשיינען די שבת'דיגע טישן אין יעדע קרייז באזונדער: פון די קוגלען, פליישן און רעצעפטן וואס ווערן איבערגעגעבן מדור לדור. הערט איבער די מנהגים און טעמים הינטער יעדן מאכל, און וויאזוי מען שטעלט עס אהער צו מיטן עכטן טעם פון אמאל. חלק א' די הויפן פון: סקווירא, וויזניץ, בעלזא און קערעסטיר

ה' סוכות פ״ז

חול המועד פראגראם: די וועלט עס דרייט זיך -ג'- שמועסן מיט דריי אידן איבער נייע באגריפן וואס זענען אריינגעקומען ביים היימישן ציבור די לעצטערע יארן

פאפולערע פערזענליכקייטן: שמועסן מיט ר' יונתן שווארץ איבער זיינע עסקנות אונטערנעמונגען, דער בעל מנגן ר' יואל קליין איבער דעם אור פון כ"ק אדמו"ר מקרענטשניף כפר עטה שליט"א, ר' אפריים פעדער איבער זיינע פאפולערע מארקעטינג פרעזענטאציעס

חול המועד פראגראם: שמועסן מיט אידן וואס טראגן אלע סארטן היטן ביים היימישן ציבור – באגלייט מיט קרישקעלעך, מקורות, מנהגים און היסטאריע

פארשידענע סארטן היטן ביים היימישן ציבור – א בליק אויף די פארשידענע סארטן היטן וואס מען זעט אויף די אידישע גאסן: פון די הויכע ביבער היטן און די פלאכע ביבער היטן, ביז די שטאפענע היטן, די ארויפגעבויגענע בענד-אפ סטיילס, די הויכע גור'ער סארט, און די ספעציעלע רבני'שע היטן. הערט אינטערוויוס פול מיט אינטערעסאנטע קרישקעלעך, די מקורות וויאזוי די היטן זענען געווארן א טייל פונעם חסידישן לבוש, און וואס יעדער הוט שטעלט עכט פאר אין די היינטיגע וועלט

ד' סוכות פ״ז

חול המועד פראגראם: שמועסן מיט אידן וועלכע ברענגען וואוילע אינטערנעמונגען צו העלפן כלל ישראל אין פארשידענע הינזיכטן

"שלוחי מצוה", אריינבליקנדיג אין די פעולות פון אידן וועלכע ברענגען אויף אייגנארטיגע און פרישע געדאנקען צום טיש, אלעס מיטן ציל צו העלפן און פארגרינגערן פארן ציבור. הערט וויאזוי די פראיעקטן זענען געבוירן געווארן, די שוועריגקייטן זיי איבערצוקומען ביז'ן אויפבויען די נייע לעזונגען, מיט: הרב רפאל ראזנבוים, הרב משה הערש רובין, הרב יואל פערל, ר' אהרן אברהם שווארץ, הרב שמעון לעפקאוויטש, הרב נתנאל קרישבסקי, הרב זעליג פריעדמאן און ר' אנשיל גרינוואלד

חול המועד פראגראם: שמועסן מיט היימישע טור-גיידס פון איבער דער וועלט – פון לאנדאן, אנטווערפן, שווייץ, אר"י און בראזיל

א סעריע שמועסן מיט היימישע טור-גיידס וועלכע פירן ארום אידן אין אינטערעסאנטע און זעלטענע ערטער איבער דער גארער וועלט: אנגעהויבן פון די היסטארישע געסלאך אין לאנדאן און אין אנטווערפן, אריבער צו די מקומות הקדושים און אור-אלטע ווינקלן אין ארץ ישראל, די הערליכע בערג און נאטור אין שווייץ, ביז טיף אריין אינעם דזשאנגל און די אומבאקאנטע פלעצער אין בראזיל. הערט וויאזוי מען שטעלט צאם א כשר'ע רייזע אין ווייטע עקן וועלט

חול המועד פראגראם: די וועלט עס דרייט זיך -ב'- שמועסן מיט דריי אידן איבער נייע באגריפן וואס זענען אריינגעקומען ביים היימישן ציבור אין די לעצטערע יארן

נייע ווערטער: ר' יאסי בראך ערקלערט דעם באדייט פון אן אורח, העסקן ר' אברהם גרינשטיין ערקלערט דעם באדייט פון עס סי ען, דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער ערקלערט דעם באדייט פון 'מיכקינד'

ג' סוכות פ״ז

חול המועד פראגראם: אטעם-פארכאפנדע געשיכטע פון יקותיאל (קיעט) סיגעל וועלכער איז געווען פארכאפט אין עזה פאר 484 טעג

הערט די געשיכטע פון א 65-יעריגער איינוואוינער פון כפר עזה וועלכער איז פארכאפט געווארן דורך כאמאס אום אקטאבער 7 און איז געהאלטן געווארן אין עזה פאר 484 טעג. האלט מיט די דראמאטישע מאמענטן ווען טעראריסטן זענען באפאלן זיין הויז, אים ברוטאל געשאסן, און דערנאך געצווינגען מיטצוקומען מיט זיי קיין עזה. דארט האט מען געטוישט זיין באהעלטעניש יעדע פאר וואכן, אריינגערעכנט שטיקעדיגע טונעלן, ציווילע הייזער, דעם אריינגאנג פון א שפיטאל און די טרעפ פון א שולע

חול המועד פראגראם: מידיע און מארקעטינג פאר צענדליגע יארן צוריק

א רייזע צו די היסטאריע פון די אמאליגע מידיע אין מארקעטינג. לענגעדארער גראפיקער ר' אנשיל גאלדבערגער פון "רויעל אימעידש" וויאזוי מ'פלעגט אמאל צוזאמשטעלן עד'ס; בארימטער שריפטשטעלער ר' הערשל פריעדמאן וויאזוי א שרייבער פלעגט אמאל צוגרייטן ארטיקלען; ר' וואלף דייטש דערציילט וויאזוי מ'האט אמאל צוגעגרייט א צייטונג צום דרוק, און ר' עזרא פרידלענדער דערציילט וויאזוי מ'פלעגט אמאל פראדוצירן א מאגאזין

ב' סוכות פ״ז

אינטערוויו און אפהאנדלונג איבער די 10 פאפולערסטע ניגונים פון שנת תשפ"ו

די בעל מנגנים ר' יושע בערקא און ר' שמעי' פישער, אויך שמועסן מיט די ארויסגעבער פון די ניגונים

חול המועד פראגראם: די וועלט עס דרייט זיך -א'- שמועסן מיט דריי אידן איבער נייע זאכן וואס זענען אריינגעקומען ביים היימישן ציבור אין די לעצטערע יארן

פאפולערע מאכלים: ר' קלמן וויינבערגער ערקלערט דעם געשמאק פון א גוט שטיקל סאוער דאו. ר' יעקב סעמיועל ערקלערט וויאזוי ער ערצייגט נארהאפטיגע פלייש און פיש טעצלעך. ר' אלתר לעווי ערקלערט דעם געשמאק פון די פרוכטיגע אסאייאי באלס.

א' סוכות פ״ז

חול המועד פראגראם: ר' שמעלקא פריעדמאן, ר' יודל קריינדלער, ר' מאיר אדלער, ר' ארי' אבראמאוויטש, ר' יוחי פליישמאן, הרב שלמה טוסיג, ר' יונתן בריעגער און ר' אברהם האלפערן

דייעט! אידן טיילן מיט זייער פערזענליכע ערפארונג ווי אזוי זיי האבן פארלוירן שיין פונט אויף פארשידענע ערליי דייעטס - הערט יעדער באזונדער מיט זיין סוקסעס געשיכטע

ה' פ״ז

אלגעמיינע אינטערוויוס: ר' מענדי בוים - חיות מבין

וויאזוי רבי מענדל פלאנט אראפצוברענגן פארשידענע ערליי חיות צו די געגענט פון מאנסי אויף חול המועד. וויאזוי עס גייט צו דאס אראפברענגן די חיות, פון ווי באקומט מען עס

ד' פ״ז

אלגעמיינע אינטערוויו: אינטערוויו און אפהאנדלונג איבער די פאפולערסטע מוזיק אלבוים'ס פון שנת תשפ"ו

בעלי מנגנים ר' חיים ברוין און ר' מנחם מאשקאוויטש

ב' יום כיפור פ״ז

אלגעמיינע אינטערוויו: ר' אשר יעקב הערשקאוויטש - די דירה'לע רעוועלוציע

אייגנארטיגער סיסטעם ווי מען קען דינגען און פארדינגען דירות אויף א געשמאקע און גרינגע וועג