אלגעמיינע אינטערוויוס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' נח פ״ז
אינטערסאנטע געשיכטע ארום די ווייב פון תרח / דער איד וואס האט פארגעסן דעם נאמען ביים ברית / דער מאדנער מענטש וואס האט אפגעשטעלט רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל / מקורות ארום די סגולה צו זאגן די נאמען פון אברהם אבינו'ס מאמע / און נאך
ג' נח פ״ז
תשפ"ז איז די לענגסטע יאר אין די אידישע לוח / חשוון און כסלו מלא אדער חסר / א ווינטער פון 7 פולע חדשים / תחנון נאכן מוליד / ימים טובים געפאלן שבת / יקנה"ז / עירוב תבשולין / זעלטענע הפטורת / א ליקוי חמה סוף חודש תמוז / דער טאג וואס איז דא נאר איינמאל אין 3 יאר
ב' נח פ״ז
טעכנאלאגיע מבין ר' מענדל ברוין שמועסט איבער "עי-איי" ביים היימישן ציבור און לייגט אראפ א ברייטן בליק איבער די ספעציעלע אידישע חלקים און כלים וואס ווערן כסדר צוגעפאסט, וויאזוי היימישע ביזנעסלייט שפארן זיך שעות און ריזיגע געלטער, און א בליק אריין אין די צוקונפט
ה' בראשית פ״ז
אויסלערנען קינדער "לייף סקילס" ווי אזוי צו לעבן מיט חברים / ווי אזוי צו קאנטארלירן די בושה / מחנכים אליינס א ביישפיל / קינדער און בחורים מיט שוועריגקייטן / נייע שנת הלימודים / וואס באדייט "על פי דרכו" / אפשאקלען פונעם כבר צו א נייעם עתיד
ג' בראשית פ״ז
באזונדערע באזוכן צפון און דרום טורקיי דעם פארלאפענעם זוממער / לעבעדיג אין אור כשדים אויפן גרעניץ פון סורי' / אויפן פליגער מיטן חאמאס פיהרער / ווי איז ספרד? / איזמיר / מנהגים פון טויזנטער יארן / ווינקערייען פאר שמונה עשרה / זאלץ פיש / די הויז פון משיח שקר / די נשמה באנק / פארלוירן 10 פונט אונטערוועגנס / תרשיש פון מפטיר יונה / די ארט פון חנה ושבעת בניה / קילעס / די הויז פון אברהם אבינו / גויים וואס רעדן נאך היינט אראמיש
ו' סוכות פ״ז
ר' וועלוול שמעלצער און ר' הענדל ברייער מאכן לעבעדיגע באזוכן און שמועסן מיט מבינים פון פיר הויפן, אריינקוקנדיג אין די ספעציעלע און אייגנארטיגע מאכלי שבת וואס באשיינען די שבת'דיגע טישן אין יעדע קרייז באזונדער: פון די קוגלען, פליישן און רעצעפטן וואס ווערן איבערגעגעבן מדור לדור. הערט איבער די מנהגים און טעמים הינטער יעדן מאכל, און וויאזוי מען שטעלט עס אהער צו מיטן עכטן טעם פון אמאל. חלק א' די הויפן פון: סקווירא, וויזניץ, בעלזא און קערעסטיר
ה' סוכות פ״ז
פאפולערע פערזענליכקייטן: שמועסן מיט ר' יונתן שווארץ איבער זיינע עסקנות אונטערנעמונגען, דער בעל מנגן ר' יואל קליין איבער דעם אור פון כ"ק אדמו"ר מקרענטשניף כפר עטה שליט"א, ר' אפריים פעדער איבער זיינע פאפולערע מארקעטינג פרעזענטאציעס
פארשידענע סארטן היטן ביים היימישן ציבור – א בליק אויף די פארשידענע סארטן היטן וואס מען זעט אויף די אידישע גאסן: פון די הויכע ביבער היטן און די פלאכע ביבער היטן, ביז די שטאפענע היטן, די ארויפגעבויגענע בענד-אפ סטיילס, די הויכע גור'ער סארט, און די ספעציעלע רבני'שע היטן. הערט אינטערוויוס פול מיט אינטערעסאנטע קרישקעלעך, די מקורות וויאזוי די היטן זענען געווארן א טייל פונעם חסידישן לבוש, און וואס יעדער הוט שטעלט עכט פאר אין די היינטיגע וועלט
ד' סוכות פ״ז
"שלוחי מצוה", אריינבליקנדיג אין די פעולות פון אידן וועלכע ברענגען אויף אייגנארטיגע און פרישע געדאנקען צום טיש, אלעס מיטן ציל צו העלפן און פארגרינגערן פארן ציבור. הערט וויאזוי די פראיעקטן זענען געבוירן געווארן, די שוועריגקייטן זיי איבערצוקומען ביז'ן אויפבויען די נייע לעזונגען, מיט: הרב רפאל ראזנבוים, הרב משה הערש רובין, הרב יואל פערל, ר' אהרן אברהם שווארץ, הרב שמעון לעפקאוויטש, הרב נתנאל קרישבסקי, הרב זעליג פריעדמאן און ר' אנשיל גרינוואלד
א סעריע שמועסן מיט היימישע טור-גיידס וועלכע פירן ארום אידן אין אינטערעסאנטע און זעלטענע ערטער איבער דער גארער וועלט: אנגעהויבן פון די היסטארישע געסלאך אין לאנדאן און אין אנטווערפן, אריבער צו די מקומות הקדושים און אור-אלטע ווינקלן אין ארץ ישראל, די הערליכע בערג און נאטור אין שווייץ, ביז טיף אריין אינעם דזשאנגל און די אומבאקאנטע פלעצער אין בראזיל. הערט וויאזוי מען שטעלט צאם א כשר'ע רייזע אין ווייטע עקן וועלט
נייע ווערטער: ר' יאסי בראך ערקלערט דעם באדייט פון אן אורח, העסקן ר' אברהם גרינשטיין ערקלערט דעם באדייט פון עס סי ען, דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער ערקלערט דעם באדייט פון 'מיכקינד'
ג' סוכות פ״ז
הערט די געשיכטע פון א 65-יעריגער איינוואוינער פון כפר עזה וועלכער איז פארכאפט געווארן דורך כאמאס אום אקטאבער 7 און איז געהאלטן געווארן אין עזה פאר 484 טעג. האלט מיט די דראמאטישע מאמענטן ווען טעראריסטן זענען באפאלן זיין הויז, אים ברוטאל געשאסן, און דערנאך געצווינגען מיטצוקומען מיט זיי קיין עזה. דארט האט מען געטוישט זיין באהעלטעניש יעדע פאר וואכן, אריינגערעכנט שטיקעדיגע טונעלן, ציווילע הייזער, דעם אריינגאנג פון א שפיטאל און די טרעפ פון א שולע
א רייזע צו די היסטאריע פון די אמאליגע מידיע אין מארקעטינג. לענגעדארער גראפיקער ר' אנשיל גאלדבערגער פון "רויעל אימעידש" וויאזוי מ'פלעגט אמאל צוזאמשטעלן עד'ס; בארימטער שריפטשטעלער ר' הערשל פריעדמאן וויאזוי א שרייבער פלעגט אמאל צוגרייטן ארטיקלען; ר' וואלף דייטש דערציילט וויאזוי מ'האט אמאל צוגעגרייט א צייטונג צום דרוק, און ר' עזרא פרידלענדער דערציילט וויאזוי מ'פלעגט אמאל פראדוצירן א מאגאזין
ב' סוכות פ״ז
פאפולערע מאכלים: ר' קלמן וויינבערגער ערקלערט דעם געשמאק פון א גוט שטיקל סאוער דאו. ר' יעקב סעמיועל ערקלערט וויאזוי ער ערצייגט נארהאפטיגע פלייש און פיש טעצלעך. ר' אלתר לעווי ערקלערט דעם געשמאק פון די פרוכטיגע אסאייאי באלס.
א' סוכות פ״ז
דייעט! אידן טיילן מיט זייער פערזענליכע ערפארונג ווי אזוי זיי האבן פארלוירן שיין פונט אויף פארשידענע ערליי דייעטס - הערט יעדער באזונדער מיט זיין סוקסעס געשיכטע
ה' פ״ז
ד' פ״ז