אלגעמיינע אינטערוויוס

באלערנדע שמועסן! אפעטיטליכע אינטערוויוס מיט פאפולערע פיגורן; וואו זיי לופטערן זאכליכע ידיעות פון וואס מ'קען פיל יונק זיין.

אלגעמיינע אינטערוויוס: הרב ישראל דאנדראוויטש - אינטערסאנטע אויפדעקונגען ארום סדר בראשית

ה' נח פ״ז

אינטערסאנטע געשיכטע ארום די ווייב פון תרח / דער איד וואס האט פארגעסן דעם נאמען ביים ברית / דער מאדנער מענטש וואס האט אפגעשטעלט רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל / מקורות ארום די סגולה צו זאגן די נאמען פון אברהם אבינו'ס מאמע / און נאך

18:05

אלגעמיינע אינטערוויוס: הרב חיים מאיר אפפעל - קרישקעלעך פון לוח דבר בעיתו תשפ"ז

ג' נח פ״ז

תשפ"ז איז די לענגסטע יאר אין די אידישע לוח / חשוון און כסלו מלא אדער חסר / א ווינטער פון 7 פולע חדשים / תחנון נאכן מוליד / ימים טובים געפאלן שבת / יקנה"ז / עירוב תבשולין / זעלטענע הפטורת / א ליקוי חמה סוף חודש תמוז / דער טאג וואס איז דא נאר איינמאל אין 3 יאר

17:49

אלגעמיינע אינטערוויוס: ר' מענדל ברוין – די רעוואלוציע און פארשריט פון "עי-איי"

ב' נח פ״ז

טעכנאלאגיע מבין ר' מענדל ברוין שמועסט איבער "עי-איי" ביים היימישן ציבור און לייגט אראפ א ברייטן בליק איבער די ספעציעלע אידישע חלקים און כלים וואס ווערן כסדר צוגעפאסט, וויאזוי היימישע ביזנעסלייט שפארן זיך שעות און ריזיגע געלטער, און א בליק אריין אין די צוקונפט

51:23

אלגעמיינע אינטערוויוס: המחנך הרב דוד ראזענבערג - טיפס פון חינוך צום נייעם לערנן יאר

ה' בראשית פ״ז

אויסלערנען קינדער "לייף סקילס" ווי אזוי צו לעבן מיט חברים / ווי אזוי צו קאנטארלירן די בושה / מחנכים אליינס א ביישפיל / קינדער און בחורים מיט שוועריגקייטן / נייע שנת הלימודים / וואס באדייט "על פי דרכו" / אפשאקלען פונעם כבר צו א נייעם עתיד

30:56

אלגעמיינע אינטערוויוס: הרב משה דוועק שליט"א - לעבעדיג אין אור כשדים מיט גויים וואס רעדן נאך היינט אראמיש

ג' בראשית פ״ז

באזונדערע באזוכן צפון און דרום טורקיי דעם פארלאפענעם זוממער / לעבעדיג אין אור כשדים אויפן גרעניץ פון סורי' / אויפן פליגער מיטן חאמאס פיהרער / ווי איז ספרד? / איזמיר / מנהגים פון טויזנטער יארן / ווינקערייען פאר שמונה עשרה / זאלץ פיש / די הויז פון משיח שקר / די נשמה באנק / פארלוירן 10 פונט אונטערוועגנס / תרשיש פון מפטיר יונה / די ארט פון חנה ושבעת בניה / קילעס / די הויז פון אברהם אבינו / גויים וואס רעדן נאך היינט אראמיש

2:26:34

חול המועד פראגראם: די וועלט עס דרייט זיך די פערטע חלק: ר' אלימלך זאבעל מיט ר' אליעזר קרויס

ו' סוכות פ״ז

א סך הכל שמועס צווישן אלימלך זאבעל מיט אליעזר קרויס איבער צען קרישקעלעך און באגריפן וואס זענען אריינגעקומען ביים היימישן ציבור אין די לעצטערע יארן

44:51

חול המועד פראגראם: לעבעדיגע באזוכן ביי פארשידענע חסידות'ער צו זען פון די נאנט אינטערסאנטע מאכלי שבת אין די חסידישע הויפן

ו' סוכות פ״ז

ר' וועלוול שמעלצער און ר' הענדל ברייער מאכן לעבעדיגע באזוכן און שמועסן מיט מבינים פון פיר הויפן, אריינקוקנדיג אין די ספעציעלע און אייגנארטיגע מאכלי שבת וואס באשיינען די שבת'דיגע טישן אין יעדע קרייז באזונדער: פון די קוגלען, פליישן און רעצעפטן וואס ווערן איבערגעגעבן מדור לדור. הערט איבער די מנהגים און טעמים הינטער יעדן מאכל, און וויאזוי מען שטעלט עס אהער צו מיטן עכטן טעם פון אמאל. חלק א' די הויפן פון: סקווירא, וויזניץ, בעלזא און קערעסטיר

3:25:20

חול המועד פראגראם: די וועלט עס דרייט זיך -ג'- שמועסן מיט דריי אידן איבער נייע באגריפן וואס זענען אריינגעקומען ביים היימישן ציבור די לעצטערע יארן

ה' סוכות פ״ז

פאפולערע פערזענליכקייטן: שמועסן מיט ר' יונתן שווארץ איבער זיינע עסקנות אונטערנעמונגען, דער בעל מנגן ר' יואל קליין איבער דעם אור פון כ"ק אדמו"ר מקרענטשניף כפר עטה שליט"א, ר' אפריים פעדער איבער זיינע פאפולערע מארקעטינג פרעזענטאציעס

1:23:05

חול המועד פראגראם: שמועסן מיט אידן וואס טראגן אלע סארטן היטן ביים היימישן ציבור – באגלייט מיט קרישקעלעך, מקורות, מנהגים און היסטאריע

ה' סוכות פ״ז

פארשידענע סארטן היטן ביים היימישן ציבור – א בליק אויף די פארשידענע סארטן היטן וואס מען זעט אויף די אידישע גאסן: פון די הויכע ביבער היטן און די פלאכע ביבער היטן, ביז די שטאפענע היטן, די ארויפגעבויגענע בענד-אפ סטיילס, די הויכע גור'ער סארט, און די ספעציעלע רבני'שע היטן. הערט אינטערוויוס פול מיט אינטערעסאנטע קרישקעלעך, די מקורות וויאזוי די היטן זענען געווארן א טייל פונעם חסידישן לבוש, און וואס יעדער הוט שטעלט עכט פאר אין די היינטיגע וועלט

1:29:01

חול המועד פראגראם: שמועסן מיט אידן וועלכע ברענגען וואוילע אינטערנעמונגען צו העלפן כלל ישראל אין פארשידענע הינזיכטן

ד' סוכות פ״ז

"שלוחי מצוה", אריינבליקנדיג אין די פעולות פון אידן וועלכע ברענגען אויף אייגנארטיגע און פרישע געדאנקען צום טיש, אלעס מיטן ציל צו העלפן און פארגרינגערן פארן ציבור. הערט וויאזוי די פראיעקטן זענען געבוירן געווארן, די שוועריגקייטן זיי איבערצוקומען ביז'ן אויפבויען די נייע לעזונגען, מיט: הרב רפאל ראזנבוים, הרב משה הערש רובין, הרב יואל פערל, ר' אהרן אברהם שווארץ, הרב שמעון לעפקאוויטש, הרב נתנאל קרישבסקי, הרב זעליג פריעדמאן און ר' אנשיל גרינוואלד

1:13:25