עקספיריענס און סוקסעס אינטערוויוס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' נצו"י פ״ו
א שמועס מיט ר' יוסי איבער זיין אינטערעסאנטע רייזע אין די ביזנעס וועלט: אנגעהויבן פון ארבעטן אין א פיש סטאר, דורך זיין א באס דרייווער, ביז'ן אויפבויען א מצליח'דיגע פירמע וואס פארקויפט ארבעס און נאך היימישע געשמאקע מאכלים. ר' יוסי צעלייגט דעם סוד וויאזוי צו האלטן דעם ריכטיגן באלאנס ביים עפענען א ביזנעס, וויאזוי נישט צו נעמען צופיל ריסק אבער נאך אלץ האבן די קוראזש אויסצופירן די פלענער און גיין פאראויס מיט הצלחה
ג' כי תבא פ״ו
אן אינטערעסאנטער שמועס מיט'ן ביזנעסמאן זושא פאגעל, וועלכער האט באוויזן צו שאפן א שטורעם אין די מידיע דורכ'ן פארקויפן א טונא סענדוויטש פאר די אומגלויבליכע סומע פון 10 מיליאן פונט. הערט וויאזוי ער האט געבויט זיין ברענד פון אונטן ארויף, וויאזוי מען נוצט אויס מארקעטינג און מידיע אויפצושאקלען דעם עולם, און דער גאנצער סוד פון מאכן א סוקסעס דורכ'ן פאקוסירן אויף איין איינציגן אייטעם
ג' כי תצא פ״ו
ער האט געעפנט זיין פירמע "קאוואנא ביזנעס דעליווערבעלס" נאכן ארבעטן 13 יאר אין א גרויסע פירמע וואו ער האט געהאלפן מאכן דיעלס מיט די גרעסטע טעכנאלאגיע קאָמפּאַניס אין אמעריקע. היינט שרייבט ער ביזנעס פלענער, אינוועסטמענט פראפאזעלס און שטעלט צוזאם נומערן פאר פירמעס וואס זיכן אינוועסטירער אדער זיך צו פאַרקויפן
ד' שופטים פ״ו
דער זייגער-סוחר שמועסט אויס די הויך-קאליבער זייגער אינדוסטריע, ער צעלייגט וואס עס מאכט א זייגער פאר אזא טייערן חפץ, און גיבט אינטערעסאנטע יסודות פון די אינדוסטריע, מיט יוניק טיפס איבער וויאזוי צו באהאנדלען און אפהאלטן א טייערן זייגער אויפ'ן ריכטיגן אופן
ד' עקב פ״ו
א שמועס איבער זיין אינטערעסאַנטע רייזע פון זיין פריערדיגע דזשאָב אין א מוסד ביז'ן אויפבויען א מצליח'דיגע ביזנעס מיט איבער 50 אַרבעטערס. ר' ישראל צעלייגט וויאַזוי ער האָט זיך אַריינגעוואָרפן אין די לענדסקעיפינג און שניי-שאַרן אינדוסטריע, די שוועריגקייטן פון פירן אַזאַ גרויסע צאָל אַרבעטער, און די וויכטיגע יסודות פון סוקסעס און עקספיריענס וואס האבן אים געברענגט צו זיין היינטיגן שטאנדפונקט
ד' פנחס פ״ו
א שמועס מיט'ן בעל הבית פון "סופער דרייווענט קלינינג", ר' אלימלך שוואַרץ, איבער זיין פערזענליכע רייזע אינעם עולם המסחר. ר' אלימלך צעלייגט דעם אויסגערעכנטן מהלך וויאזוי ער האט שריט-נאך-שריט באוויזן אריינצוברעכן אין די ביזנעס וועלט פון אנפאנגען קליין, און ער טיילט מיט פראקטישע עצות און יסודות וויאזוי א איד קען אנהייבן אויף א קלענערן פארנעם אבער דאך זען שיינע רווחים און שטעלן א מצליח'דיגע פרנסה מיט ישוב הדעת
ג' חק"ב פ״ו
א שמועס איבער די פירמע "סילווער ספּאָאָן", וואָס שטעלט צו אַלע ערליי געברויכן און פּראָדוקטן פאַר גרעסערע עווענטס, דינערס און חתונות. ר' אלימלך צעלייגט די לאָגיסטישע טשעלענדזשעס וואָס קומען מיט'ן פירן אַזאַ פירמע – וואו מען דאַרף קענען קאָנטראָלירן יעדן קלייניגקייט, סיי ביי אן אווענט פאַר א מנין מענטשן און סיי ביי ריזיגע מעמדים פאַר טויזנטער באַטייליגטע אין די זעלבע צייט. הערט פראקטישע טיפס וויאזוי צו זיין אָרגאַניזירט
ד' קרח פ״ו
א שמועס מיט'ן ריעל עסטעיט אגענט ר' ישראל ווייס פון די "טיעם דאבעליו", וועלכער דערציילט איבער די אנהייב יארן, ווען ער איז נאכנאנד געזעסן חודש נאך חודש אן קיין שום "סעיל", און וויאזוי ער האט מיט אן אייזערנע עקשנות און אמונה נישט אויפגעגעבן. הערט א לעקציע אינעם לעבן וויאזוי מ'קומט אן גדורך בלייבן הונדערט פראצענט אנעסט און גראד מיט די קאסטומערס
ב' שלח פ״ו
ר' יודא לייב איז געווען א מוזיקאנט ביי שמחות, ביז ער איז אריין אין די טרעוול אינדוסריע, און באדינט היינט מענטשן מיט לוקזשערי טרעוול, פרייוועט דזשעטס און אלעס ארום. הערט איבער די פרייזן פון א פרייוועט זשעט און א אינפארמאטיווע שפאציר אין די רייכע טרעוועל אינדוסטריע
ג' נשא פ״ו
א שמועס מיט'ן קעטערינג און דעלי עקספערט, וועלכער צעלייגט מ די סודות פון מאכן א געלונגענע איווענט, וויאזוי מען שטעלט צו קעטערינג אויפ'ן העכסטן פראפעסיאנאלן ניווא בשעת מען היט אויף דעם רייכן היימישן טעם פון די מאכלים, און וויאזוי זיין לאנגיאריגע עקספיריענס העלפט אים צו באדינען יעדן קונה מיט איבערגעגעבנקייט
ב' פ״ו
ג' במדבר פ״ו
הערט אַ קלאָרן בליק וויאַזוי אַ בעל הבית דאַרף באַטראַכטן זיינע איינגעשטעלטע, די מאַקסימום וויכטיגקייט פון לייגן די ריכטיגע מענטשן אויף די פּלעצער וואָס פּאַסן פאַר זייערע טאַלאַנטן, און וויאַזוי אָפענע און קלאָרע קאָמוניקאַציע צווישן דעם פאַרוואַלטער און דעם אַרבעטער קען הייבן די גאַנצע פירמע און ברענגען גרעסערע רווחים
ד' בהר פ״ו
א שמועס איבער וויאַזוי ער האָט אויפגעשטעלט אן אינסטיטוט וואס ספעציאליזירט זיך אין צושטעלן קלאסן און טרענירונגען צו פארוואנדלען טאַלאַנטפולע יחידים אין פראפעסיאנעלע ביזנעס-לייט. יחיאל לייגט אראפ די וויזיע הינטער זיינע קורסן, דעם מאנגל וואס ער האָט געזען אין די היימישע גאס פאר עכטע ביזנעס-בילדונג, און די הצלחה-געשיכטעס פֿון תלמידים
ד' אמר פ״ו
ער האט אנגעהויבן אלץ א פשוטער ארבעטער אין א גרויסער פירמע ביז ער האט געטראפן די סוד פון טעסק מענעדזשעמענט: פלוצלינג האט ער אנגעהויבן וואקסן אין ראנג ווייל יעדער האט געוויסט אז וואס מען גיבט אים צו טון ווערט ארלעדיגט אויף א סיסטעמאטישע אופן. היינט פירט ער א פירמע מיט א שטאב וואס שטעלט איין "אסאנא" טעסק-מענעדזשמענט סאפטוועיר צו העלפן ביזנעסלייט און ארבעטער
ג' תזריע פ״ו
א שמועס מיט א גרופע ביזנעס עקספערטן און סטראטעגיסטן – ר' אהרן שמעון וואלדמאן, ר' לייבי מארקאוויטש, ר' מרדכי יואל פריעדמאן, און ר' אבא בערקאוויטש – איבער דעם שווערן איבערגאנג פון די יום-טוב טעג צוריק צו די וואכעדיגע ארבעטס-טעג. די עקספערטן צעלייגן פראקטישע מהלכים וויאזוי מען קען זיך "נעמען אין די הענט אריין" מיט א פלייס נאך א לענגערן אפרוה, די ריכטיגע וועג וויאזוי אויסצושטעלן דעם סדר היום, און וויאזוי מען קען פארוואנדלען די פרישע ענערגיע פון יום-טוב אין א מאטאר פאר הצלחה אינעם ביזנעס
ב' שמיני פ״ו
א שמועס מיט'ן היימישן ביליאנער פון לעיקוואוד, דאקטער ר' כתריאל ראבעטס, וועלכער עפנט אויף דעם סוד פון זיין ריזיגער הצלחה און צעלייגט זיין בליק וויאזוי יעדער מענטש באזונדער קען אנקומען גאר הויך מיט'ן ריכטיגן ווילן און אן אמת'ע השתדלות. ר' כתריאל טיילט מיט פערזענליכע און אפענע אבזערוואציעס איבער די שוועריגקייטן פון זיין רייך, וויאזוי מען דערקענט ווער עס איז אן אמת'ער חבר און ווער עס איז בלויז דא צוליב דעם געלט-בייטל, און גיבט אן אינטערעסאנטן אריינבליק אין זיין טאג-טעגליכן לעבן אלס פילאנטראפ וואס שטייט צו הילף פאר פילע אידן
ג' פ״ו
א שמועס מיט'ן בעל הבית פון די מאנטריאלער קאמיוניקאציע פירמע איבער זיין לאנגיעריגע רייזע פון איבער צוויי צענדליגער יארן אין די וועלט פון טעלעפאנען און טעכנאלאגיע. די מאדערנע טעכנאלאגישע ענדערונגען און די פרישע מארקעט, און טיילט מיט די סודות פון צושטעלן גוטע סערוויס
ה' צו פ״ו
א שמועס מיט'ן גרינדער פון "פוינט דיזיין", איבער זיין ספעציאליטעט אין עפענען די טירן פאר פירמעס פון ארץ ישראל וואס זוכן אריינצוטרעטן אינעם חרדי'שן מארקעט אין ניו יארק. הערט איבער די טיפע חילוקים צווישן די צוויי וועלטן, וויאזוי מען בויט א מארקעטינג פלאן וואס רעדט צו א היימישן איד אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג, און וואס זענען די סודות פון מצליח זיין ביי אונזער ציבור
ב' ויקרא פ״ו
הערט וויאזוי ער איז געגאנגען פון ראש המדריכים, צו מענעדזשער אין א מוסד, צו טון קלענערע דזשאבס פאר מענטשן אינדערהיים, ביז ער האט מחליט געווען אויפצוגעבן זיין דזשאב און זיך געזעצט לערנען אקאונטינג פאר קרוב צו דריי יאר. היינט האט ער ב"ה א סוקסעספולע פירמע וואס טוט אקאונטינג און קאנסאלטינג פאר גאר אסאך גרעסערע און קלענערע קאמפאניס
ב' ויק"פ פ״ו