בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' לך לך פ״ז
הארבע פעדעראלע קלאגעס קעגן פארשוין אין יוטא פאר פלאנירן צו אטאקירן שוהל מיט זעקס פייפ באמבעס
דער 22 יעריגער סקיילער ראָוז פון יוטאַ איז געוואָרן אָנגעקלאָגט מיט פינף פעדעראַלע קלאַגעס, נאָכדעם וואָס ער האָט געסטראַשעט צו אַטאַקירן א שוהל.
די פּראַסעקיוטערסזאגן אַז א טעלעפאָן אונטערזוכונג, האָט געצייגט אַז ראָוז האָט נאכגעזוכט פאַר א שוהל וואָס איז געווען בערך דריי מייל ווייט פון זיין הויז, און ער האָט שוין געהאַט זעקס פּייפּ באָמבעס מיט זיך.
ביים אונטערזוכן זיין הויז, האָבן די פּאָליציי עוואַקואירט אַרומיגע הייזער צוליב'ן טרעפן די באָמבעס, און יעצט שטייט ער אויס האַרבע קלאַגעס פון פּלאַנירן אַן אַטאַקע און האַס פאַרברעכן קלאַגעס.