בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' לך לך פ״ז
איראנער רעזשים שטעלט ארויס גאר שארפע סטראשונקע צו זינקען אמעריקאנער שיפן אויב מלחמה באנייט זיך
איראן ווארנט אז באנייטע אמעריקאנער און מדינת ישראל מיליטערישע באמבארדירונגען, וועט קומען מיט א טייערע פרייז פון נקמה קעגן מיליטערישע און ציווילע צילן.
די איראנער רעזשים זאגט אז זיי וועלן אטאקירן אמעריקאנער מיליטערישע באזעס, מלחמה שיפן, לופטפעלדער, אויל פייפליינס, ריפיינעריס און אונטערוואסער קאמיוניקאציע דראנטן.
איראנער באאמטע האבן אויך געווארנט אז אויב אמעריקע באנייט די מלחמה, וועלן זיי זיך נישט צוריקהאלטן פון פרובירן צו זינקען אמעריקאנער מלחמה שיפן און אומברענגען אלע זעלנער דערויף.