בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
געזעצגעבער באשולדיגן אז רוסן פירן פראפאגאנדע קאמפיין קעגן אמעריקאנער פאליטישאנס וואס שטיצן אוקראינע
דעמאָקראַטישע געזעצגעבער זאָגן אַז רוסלאַנד פירט אַן אָנליין קאַמפּיין קעגן אַזעלכע דעמאָקראַטן און רעפּובליקאַנער וועלכע שטיצן אוקראַינע יעצט בעפאָר די מידטוירם וואַלן.
קאנמגרעסמאן דזשים היימס און סענאַטאָר מאַרק ווארנער זאָגן אַז זיי האָבן געזען א קלאַסיפייד שפּיאָנאַזש באַריכט וואָס צייגט אַז מאָסקווע נוצט עי-איי צו פאַרשפּרייטן פאַלשע אינפאָרמאַציע קעגן פּראָ-אוקראַינישע פּאָליטישאָנס אין אַמעריקע.
צווישן אַנדערן האָבן די רוסישע פּראָפּאָגאַנדע מאַשינען געצילט אין די לעצטערע טעג דעם דעמאָקראַטישן טעקסאַס סענאַט קאַנדידאַט דזשעימס טאלאריקא, מיט'ן פאַרשפּרייטן פאַלשע באַשולדיגונגען קעגן אים.