בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
טראמפ אונטערגעשריבן עקזעקוטיוו ארדער געצילט צו נידערן מארטגעדזש פעימענטס פאר היים אייגענטימער
פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער וואס איז געצילט צו רעדוצירן מארטגעדזש פעימענטס און היים אייגענטימערשאפט קאסטן איבער'ן לאנד.
די ארדער דירעקטירט די פעדעראלע האוזינג פיינענץ אגענטור צו אויטאמאטיש קענסלען מארטגעדזש אינשורענס פאר קוואליפיצירטע היים אייגענטימער וועלכע האבן גענוג עקוויטי אין זייער הויז, וואס דאס וועט אויטאמאטיש נידערן די חודש'ליכע פעימענטס.
עס טוט אויך אויסברייטערן אנדערע עקזעמפשאנס פאר האוזינג אינשורענס בשעת די הויז גייט אריבער ריפיינענסינג, וואס וועט אויך רעדוצירן קלאוזינג קאסטן.