בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

א גרופע פאליטיקאטן פון די בראנקס זענען ארויס געקומען מיט א געמיינזאמע רוף פאר די פּאַל-אַדאַ אנטי-מדינת ישראל גרופע, נישט דורכצופירן א דעמאנסטראציע אקעגן אידישע פראגראמאן געפלאנט אין די ריווערדעיל געגענט אין די בראנקס.
קאנגרעסמאן ריטשי טורעס צוזאמען מיט אנדערע פאליטיקאנטן פון די בראנקס שרייבן אין א געמיינזאמע סטעיטמענט, אז צילן אקעגן אידן בלויז וויבאלד זיי קומען זיך צוזאם איז נישט אויסגעהאלטן, און זיי פאדערן עס זאל ווערן אפגעשטעלט.
פאל-אדא האט א רעקארד פון דורכפירן פראטעסטן ביי שולן און אנדערע ערטער וואו עס קומען פאר פארזאמלונגן וואס די גרופע זעט אלץ פארבינדן צו מדינת ישראל.