בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
די מדינת ישראל פאליציי האט געמאלדן א מאסיווע אפאראט פון מער ווי 20 טויזנט אפיצירן און וואלאנטירן וועלכע גייען שטיין אויף די וואך דורכאויס די וואלן
קומענדיגע וואך.
די פאליציי זאגט אז אין צוגאב צו דעם וועלן ריזערוו קרעפטן אויך שטיין גרייט אין פאל עס קומען פאר אומריען ווען די וואלן קומען צו א שליסונג.
צווישן די מעגליכקייטן אויף וואס די פאליציי גרייט זיך איז אן אקציע צו שטורעמען דעם כנסת פארליאמענט, אזויווי מען האט געזען אין אמעריקא ביי די קעפיטאל אומריען, כאטש וואס די פאליציי האט נישט קיין שום דירעקטע אינפארמאציע אז אזא פלאן זאל זיך וועבן.