בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

האָלאַנדישע שפּיאָנאַזש אַגענטורן האָבן געהעקט די סעלפאָון פון טראָמפּ'ס איידעם און ראַטגעבער דזשעראד קושנער, און האָבן אויפגעדעקט וויאַזוי אויסלענדישע ביליאָנערן האָבן באַאיינפלוסט קושנער.
לויט באַריכטן איז די העקעריי שוין דורכגעפירט געוואָרן אין טראָמפּ'ס ערשטע טערמין, און עס האָט אויפגעדעקט צוטריט וואָס קושנער האָט געהאַט צו אַקאַונטס וואָס זענען געווען אָנגעפולט מיט הונדערטער מיליאָנען דאָלאַרן פון סאַודי אַראַביע און די עמירעיטס.
קושנער האָט געהאַט פולע צוטריט צו די אַקאַונטס און האָט געקענט נוצן די געלטער פאַר פּריוואַטע צוועקן, און קושנער האָט טראַנספערירט די געלט דורך סייפּרוס צו באַהאַלטן פון וואו עס קומט.