בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

איינס פון די סאַמע לעצטע אַנקעטעס בעפאָר די מדינת ישראל וואַלן קומענדיגע וואָך, צייגן אַז נתניהו'ס רעכטע בלאָק וועט געווינען 62 זיצן, וואָס איז גענוג פאַר א מאַיאָריטעט קאָנטראָל.
לויט די אַנקעטע וועט ליכוד געווינען 30 זיצן, דערנאָך גדי אייזענקאט'ס ישר פּאַרטיי מיט 20 זיצן, נפתלי בענעט'ס פּאַרטיי מיט 11 זיצן, און ש"ס מיט 9 זיצן.
נתניהו שטייט פאָראויס פון אייזענקאט מיט 55 פּראָצענט קעגן 45 פּראָצענט, און אויב וועט די רעזולטאַטן זיין ענליך צו די אַנקעטע, וועט נתניהו האָבן די גרינגסטע פעלד צו מאַכן א קאָאַליציע רעגירונג און בלייבן פרעמיער.