בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
רוסלאנד איז ארויס שארף אקעגן דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, נאכוואס נתניהו האט באשולדיגט מאסקאווא אויף אנפירן אן אנליין קאמפיין אקעגן אים
רוסלאנד איז ארויס געקומען מיט אומגעווענטליכע שארפע ווערטער אקעגן דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, נאכדעם וואס נתניהו האט באשולדיגט מאסקאווא אויף אנפירן אן אנליין קאמפיין אקעגן אים.
פריער אין וואך האט נתניהו באשולדיגט רוסלאנד אויף אנפירן א נעטווארק פון פאלטשע באט אקאונטס אקעגן אים און מדינת ישראל, אנווייזענדיג, אז נאכדעם וואס אוקראינא האט אטאקירט א דאטא צענטער אין רולסאנד זענען אנטי-מדינת ישראל מעסעדזשעס געפאלן מיט 60 פראצענט.
רוסישע באאמטע זאגן יעצט אז זיי זענען שאקירט פון די אומבאגרינדעטע באשולדיגונג, און זיי האבן געלאזט הערן דירעקט פאר נתניהו זייער אומצופרידענהייט דערמיט.