בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

די ניו יארק סיטי קאנסול האט פארמאל באשטעטיגט א ביל צו פארבאטן די סיטי'ס פערד-און-וואגאן אינדוסטרי, געבענדיג דעם טויט קלאפ פאר א סענטרעל פארק אטראציע וואס גייט שוין אן מער ווי 160 יאר.
די ביל, אריבער מיט 40 אקעגן 7 שטימען, שטעלט אוועק א דעדליין אויף יוני 2028 למס' ביז ווען די סארט סערוויס דארף ווערן אפגעשטעלט.
די אפשטימונג איז א גאר שטארקע זיג פאר אזוי גערופענע חיות רעכטן גרופעס, וועלכע קעמפן שוין צענדליגער יארן עס אפצושטעלן, אבער אלע זייערע פרואוון ביז היינט זענען דורכגעפאלן.