בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
פרעזידענט טראמפ האט קלארגעמאכט אז אמעריקא איז מאמענטאל נישט פארמישט אין קיין שום פארהאנדלונגן מיט איראן
ער האט דערביי געווארענט אז זאכן קענען פאסירן אין די נאנטע צוקונפט. טראמפ'ס ווערטער זענען געקומען אין צייט וואס עס גייען ארום באריכטן אז אמעריקא צוזאמען מיט מדינת ישראל שטייען גרייט מיט פלענער פאר באנייטע אטאקעס אויף איראן. טראמפ פון זיין זייט האט נישט געזאגט צו ער רעדט פון מיליטערשע שריט, פאליטישע אקציעס אדער עפעס אנדערש.