בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
ניו דזשורסי געזעצגעבער באטראכטן א ביל אוועק צו נעמען די רעכט פון די סטעיט צו אנולירן די דרייווערס לייסענס פון מענטשען וועלכע צאלן נישט זייער טאלל
ניו דזשורסי געזעצגעבער טוען באטראכטן א ביל אוועק צו נעמען די רעכט פון סטעיט אגענטורן צו אנולירן די דרייווערס לייסענס אדער קאר רעגיסטראציעס פון מענטשען וועלכע צאלן נישט זייער טאלל.
אויב די ביל גייט דורך וועט די מאטאר וויעקעל אפיס און אנדערע סטעיט אגענטורן מער נישט האבן די רעכט דערפאר, נאר זיי וועלן בלויז קענען נוצן אנדערע מיטלן, אריין גערעכענט דעט-קאלעקשאן פראצעדורן.
געזעצגעבער אין שטיצע פון די ביל זאגן, אז דרייווער דארפן טאקע צאלן זייער טאלל, אבער נישט צאלן טאלל איז נישט גענוג הארב אז זיי זאלן פארלירן זייער רעכט צו קענען דרייוון.