בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
די פאליציי אין וועסט העמפסטעד-לאנג איילענד האט ארעסטירט א פארשוין וועלכע האט פראבירט זיך איינצוברעכן און אינטערצינדן א פייער ביי א שוהל
דער פארשוין האט צוערשט פראבירט אויסצוברעכן די גלאזענע טיר מיט א גרויסע שטעקן, אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבייט, און דערנאך האט ער אוועק געשטעלט אן ברענעדיגע שילד נעבן דעם אריינגאנג אין א פארזיך צו אינטערצינדן דעם געביידע, אבער די פלאמען האבן זיך אליינס פארלאשן.
א פארבייפארענדע מאטאריסט וועלכע האט עס באמערקט האט גערופן די פאליציי, און דער פארשוין איז גלייך ארעסטירט געווארן.